איידער האַרי פּאָטער האָט געמאַכט אַן איבערקערעניש אין דער קינדער-ליטעראַטור, איז איינע פֿון די פּאָפּולערסטע סעריעס געווען “די כראָניקעס פֿון נאַרניאַ”, וואָס מע האָט זי אין צווישן אויך אָנגעהויבן פֿילמירן. ווי ס’רובֿ ענגליש־רעדנדיקע קינדער קענען אײַך דערציילן, איז נאַרניאַ אַ פֿאַנטאַסטישע וועלט פֿון כּישוף און רעדנדיקע חיות, אַן אַלטערנאַטיווע דימענסיע, וואָס מע קען צו איר צוקומען נאָר דורך אַן אַלטן גאַרדעראָב, אַזאַ שאַפֿע אין אַן אַלט הויז אין ענגלאַנד, וווּ עס קומען וווינען פֿיר קינדער, ברידער און שוועסטער, בשעת דער דײַטשער לופֿט־באָמבאַרדירונג אין דער צווייטער וועלט־מלחמה. צופֿיל פּרטים געדענק איך שוין ניט, ווײַל כ’האָב עס געלייענט נאָך אַ קינד, אָבער דער עיקר איז, פֿאַרשטייט זיך, דער אייביקער קאַמף צווישן גוטס און שלעכטס. דאָס שלעכטס ווערט פֿאָרגעשטעלט דורך דער “ווײַסער מכשפֿה”, וואָס וויל ברענגען גאַנץ נאַרניאַ אונטער איר זינדיקער ממשלה, און דאָס גוטס — דורך אַ גרויסן געטלעכן לייב, וואָס הייסט אַסלאַן און דערמאָנט עפּעס ישו הנוצרי.
די נאַרניאַ־סעריע איז אפֿשר ניט פֿון די בעסטע מוסטערן פֿון קינדער־ליטעראַטור וואָס די מענטשהייט האָט געשאַפֿן — דער היסטאָריקער נאָרמאַן קאַנטאָר האָט אַ מאָל באַמערקט, אַז געוויסע קאַפּיטלען לייענען זיך ווי לויִס וואָלט זיי געהאַט געשריבן, פֿאָרנדיק מיט דער באַן אויף געניצטע קאָנווערטן. זי קען זיך אויך ניט פֿאַרגלײַכן אין פּאָפּולערקייט מיט דער סעריע, געשריבן פֿון לויִסעס גוטן־פֿרײַנד דזשיי. אַר. אַר. טאָלקין, “דער האַר פֿון די רינגען”, וואָס איז כּמעט געוואָרן אַ רעליגיע פֿאַר זיך.
די אמתע חסידים פֿון לויִס זײַנען אָבער מער פֿאַראינטערעסירט אין זײַנע קריסטלעכע שריפֿטן, ווי אין נאַרניאַ. בײַ די אַמעריקאַנער עוואַנגעלישע קריסטן איז לויִס געוואָרן אַ קולטור־העלד: אַן אָקספֿאָרד־פּראָפֿעסאָר וואָס האָט תּשובֿה געטאָן פֿאַר זײַן יוגנטלעכן אַטעיִזם און איז געוואָרן, מיט זײַן גרויסער ערודיציע, איינער פֿון די גרעסטע אַפּאָלאָגעטן פֿאַרן “אמתן גלויבן”. זײַנע פֿילאָסאָפֿישע עסייען לייענען זיך לײַכט און געשמאַק, און ער האָט אַפֿילו געשריבן שיינע ליטעראַטור אויף טעאָלאָגישע טעמעס, למשל, “די סקרוטייפּ-קאָרעספּאָנדענץ” (The Screwtape Letters), וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ בריוון־אויסטויש צווישן צוויי שדים: אַ הויך־געשטעלטער אין דער ביוראָקראַטיע פֿון דער סיטרא־אַחרא און זײַנעם אַן אונטערגעאָרדנטן. מיט דעם ביוראָקראַטישן כאַראַקטער פֿון די בריוו האָט לויִס געכאַפּט אַ ביסל די “באַנאַליטעט פֿונעם שלעכטס” — הגם זײַנע שדים זײַנען פֿאַראינטערעסירט נאָר אין קליינע, פּערזענלעכע זינד, ניט אין די גאָר גרויסע עבֿירות, מיט וועלכע די מענטשהייט האָט געהאַנדלט, ווען דאָס בוך איז אַרויס אין 1942.
דער פֿילם “לענדער פֿון שאָטן” (Shadowlands, 1993) באַהאַנדלט אַ טשיקאַווען עפּיזאָד אין לויִסעס לעבן: זײַן ליבע מיט אַ ייִדישער פֿרוי פֿון ניו־יאָרק, אַ שרײַבערין, אַ געוועזענע קאָמוניסטקע, דזשוי דייווידמאַן. אינספּירירט דורך לויִסעס שרײַבן, האָט דייווידמאַן זיך געשמדט און זיך אַריבערגעקליבן מיט אירע צוויי זין פֿונעם ערשטן שידוך קיין ענגלאַנד. זייער ליבע איז מסתּמא געווען פֿונעם פּלאַטאָנישן סאָרט און האָט נאָר געדויערט אַ פּאָר יאָר, ווײַל בײַ דייווידמאַנען האָט מען באַלד דיאַגנאָזירט יענע גוטע מחלה און זי איז נעבעך אַוועק פֿאַר דער צײַט. די דאָזיקע טראַגישע, ליטעראַרישע ליבע האָט געשטעלט אין סכּנה לויִסעס אמונה און אַרויסגעבראַכט טרערן בײַ טויזנטער קינאָ־באַזוכערס. אָבער ווייניקער באַקאַנט איז די געשיכטע פֿון דייווידמאַנס צוויי זין…
דעם ווינטער 1961—1962 האָט דער ייִדיש־פֿאָרשער חנא שמערוק פֿאַרבראַכט אין ענגלאַנד, כּדי צו פֿאָרשן די אַלט־ייִדישע טעקסטן אין די אָקספֿאָרדער און קעמברידזשער ביבליאָטעקן. אין אַ בריוו צו אוריאל ווײַנרײַכן פֿונעם 11טן יאַנואַר 1962 שרײַבט ער:
“מיט קנאַפּע צוויי מאָנאַטן צוריק האָב איך זיך דאָ אָנגעשטויסן אויף אַ ייִדישן בחור פֿון 15 יאָר. זײַן מאַמע, אַ משומדת, וואָס האָט חתונה געהאַט מיט C. S. Lewis, פּראָפֿעסאָר פֿון ענגלישער ליטעראַטור און מחבר פֿון קריסטלעכע רעליגיעזע ראָמאַנען. מיט עפּעס מער ווי אַ יאָר צוריק האָט דער בחור באַשלאָסן צו ווערן אַ ייִד. געוואָרן פֿרום און אָנגעהויבן לערנען סײַ העברעיִש, סײַ ייִדיש. אויף העברעיִש [האָט ער] געפֿונען דאָ לערער, צו ייִדיש זיך גענומען לויט דײַן בוך [“קאַלעדזש ייִדיש”]. ער קען עס ממש ציטירן ניט אַרײַנקוקנדיק. זייער פֿעיִק. איצט לייען איך מיט אים אַ ביסל ייִדישע ליטעראַטור. אין אַ יאָר אַרום ענדיקט ער די שול. ניט אויסגעשלאָסן, אַז ער וועט שטודירן ייִדישע ליטעראַטור. איך האָב זיך געקענט ריכטן אויף אַלץ אין אָקספֿאָרד, אָבער ניט אויף אַזאַ באַגעגעניש”.
ווײַזט זיך אַרויס, אַז פֿון לויִסעס צוויי שטיפֿזינס, וואָס זײַנען געבליבן בײַ אים נאָך דער מאַמעס פּטירה (און האָבן שפּעטער געירשנט די רעכט צו זײַנע ווערק — אַ ריזיק פֿאַרמעגן!), איז איינער געוואָרן אַ פֿרומער ייִד: דוד גרעשאַם, וואָס טראָגט דעם טאַטנס משפּחה־נאָמען. (דער טאַטע איז, אַגבֿ, אויך געווען אַ שרײַבער, ניט קיין ייִד, נאָר איינער פֿון די ערשטע “סײַענטאָלאָגן” [Scientologists], אַ רעליגיע, געשאַפֿן אַרום 1950.) לויִס האָט אים צוליב געטאָן, געכּשרט די קיך און אַרויסגעוויזן מער רעליגיעזן מיטגעפֿיל ווי ס׳רובֿ יונגע ייִדן, מיט וועמען דוד האָט זיך איצטער באַקענט.
צום באַדויערן (אָדער צום גליק?), האָט דוד באַשלאָסן ניט צו שטודירן די ייִדישע ליטעראַטור, נאָר צו ווערן אַ שוחט. ער האָט זיך געקויפֿט חסידישע מלבושים, אויפֿגעהערט רעדן צו פֿרויען, געלערנט אין פֿאַרשיידענע ישיבֿות (גייטסהעד, חיים בערלין), און אַ געוויסע צײַט געביטן דעם נאָמען פֿון גרעשאַם אויף גרשון. ער איז קיין שוחט אויך ניט געוואָרן; אַוועק שטודירן אין קעמברידזש, אָבער דערנאָך האָט ער ווײַטער זיך געלערנט אין ישיבֿות אין דער שווייץ און אין ישׂראל. צום סוף, האָט ער זיך אַריבערגעקליבן קיין אינדיע, וווּ ער האָט חתונה געהאַט מיט אַן אינדישער פֿרוי אין דער “מגן אָבֿות” שיל אין אַליבאַג, מאַהאַראַשטראַ. ער שרײַבט: “מײַן הויפּט־באַשעפֿטיקונג איז לערנען תּורה — תּנ”ך און גמרא, ווי אויך [אַנדערע] שפּראַכן און ליטעראַטור. איך בין פֿאַראינטערעסירט אין שטיצן ייִדישע דערציִונג”.
ווען איך האָב דערציילט איוו יאָכנאָוויץ די מעשׂה פֿון לויִס און זײַן ייִדישן שטיפֿזון, איז איר אײַנגעפֿאַלן אַ גאָלדענער געדאַנק: “וועגן דעם דאַרף מען מאַכן אַ מוּווי!”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.