אין דער פּאַריזער 17טער אַראָנדיסמאָן — אַן עלעגאַנטע געגנט פֿון סײַ הײַזער, סײַ קראָמען — שטייט „בושערי לוי [לעוויס יאַטקע]‟. צווישן די מער ווי צוויי טיץ כּשרע „דעליקאַטעסענס‟ און יאַטקעס איבער פּאַריז, איז „בושערי לוי‟ מסתּמא די באַליבטסטע.
לויט די ניו־יאָרקער סטאַנדאַרטן, איז די קראָם קליין אָבער ליכטיק און אײַנגענעם. צווישן די מאכלים הינטער דער וויטרינע, זעט מען סײַ היימישע ייִדישע מאכלים ווי געהאַקטע הינדל־לעבערלעך, סײַ עכטע פֿראַנצויזישע פּאָטראַוועס ווי „פֿואַ גראַס‟, באַשפּרענקלט מיט באַצוקערטע אַפּריקאָסן און פֿײַגן.
אין אַ פֿרײַטיק אינדערפֿרי, לעצטנס, האָט דער אייגנטימער, דער 48־יאָריקער דזשערי לוי, און זײַן געהילף געהאָרעוועט אײַנצופּאַקן די מאָלצײַטן, וואָס מע האָט בײַ זיי באַשטעלט לכּבֿוד שבת. די אַנדערע קונים האָבן געדולדיק געוואַרט, כאַפּנדיק אַ שמועס מיט דזשעריס ווײַב און קאַסירשע, קאַראָל.
„מײַן בעסטער לערער איז געווען מײַן טאַטע,‟ האָט דזשערי דערקלערט. דער טאַטע האָט זיך באַזעצט אין פֿראַנקרײַך ווי איינער פֿון דער גרויסער אימיגראַציע פֿון צפֿון־אַפֿריקע אין 1957. ער האָט געעפֿנט אַ יאַטקע אין ווינסען, דרום־פּאַריז, וווּ ער און זײַן זון האָבן במשך פֿון צוואַנציק יאָר צוגעצויגן אַ צאָל געטרײַע קונים. אַפֿילו נאָך דעם ווי דזשערי האָט איבערגעפֿירט זײַן געשעפֿט אויפֿן נײַעם אָרט אין 2004, קומען צו אים ווײַטער די קונים פֿון דער אַלטער געגנט.
זשאַן־פּיער דאַכאַן איז איינער פֿון זיי. ווען ער און זײַן זון זענען אַרײַנגעקומען אין „בושערי לוי‟, האָט מען זיך צעקושט אויף ביידע באַקן. במשך פֿון די לעצטע צוואָנציק יאָר קומט דאַכאַן צו פֿאָרן איינס אָדער צוויי מאָל אַ חודש.
„דאָס איז די בעסטע כּשרע יאַטקע אין פּאַריז,‟ האָט דאַכאַן געזאָגט. „אַלץ איז פֿריש. ס׳גייט מיר נישט אָן וויפֿל סע קאָסט!‟ דערבײַ איז ער אַרויס פֿון דער טיר, האַלטנדיק אין די הענט צוויי פֿולע זעק.
די אַמעריקאַנער אײַנוווינער פֿון פּאַריז האָבן שוין אויך אַנטדעקט לויס פּאָטראַוועס. פֿאַראַיאָרן, לכּבֿוד דעם אַמעריקאַנער דאַנקטאָג, האָט ער פֿאַרקויפֿט 60 אינדיקעס מיט די טראַדיציאָנעלע אַמעריקאַנער בײַ־געריכטן. ווען די וועלט־באַרימטע זינגערין מאַדאָנאַ האָט פֿאַראַיאָרן יולי אָרגאַניזירט אַ מאָלצײַט פֿאַר אירע נאָענטע פֿרײַנד אין אַן אָרטיקן לוקסוס־האָטעל, האָט זי באַשטעלט דאָס עסן דווקא בײַ „בושערי לוי‟. „פֿאַרבעטן האָט זי ווייניקער ווי 20 מענטשן, אָבער באַשטעלט האָט זי עסן פֿאַר אַ פּאָלק סאָלדאַטן,‟ האָט לוי באַמערקט מיט אַ שמייכל.
און ווי אַזוי האָט ער באַקומען דעם נאָמען „דזשערי‟? „מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן זייער ליב געהאַט דזשערי לויִס׳ פֿילמען — האָט ער געענטפֿערט — האָבן זיי מיר געגעבן אַ נאָמען נאָך אים.‟
קלאַודיע קאַרלין (Forward)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.