די ניו-יאָרקער תּושבֿים קענען נישט פֿאַרגעסן וואָס איז אין זייער שטאָט געשען מיט בלויז אַ פּאָר חדשים צוריק, אָקטאָבער-נאָוועמבער 2012. דער הוראַגאַן “סענדי” איז געקומען צו גאַסט און איבערגעלאָזט זײַנע שאָדנס: 53 טויטע, אָן אַ שיעור תּושבֿים זײַנען געבליבן אָן עלעקטריע און אָן וואַסער במשך פֿון אַ פּאָר וואָכן, און די “אָנגעווייטיקסטע מכּה” — די ניו-יאָרקער בערזע איז פֿאַרמאַכט געוואָרן במשך פֿון צוויי גאַנצע טעג! איך אַליין האָב דעמאָלט וואָלונטירט מיט “אָקופּירט סענדי!” אין קאָני-אײַלענד, און צווישן אַנדערן געהאָלפֿן אַן עלטערער פֿרוי, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון מאָלדאָווע, אויסצופֿילן אַ הילפֿס-פֿאָרעם אויף ענגליש. גערעדט האָבן מיר צווישן זיך אויף ייִדיש.
אין ישׂראל, אַ פּאָר חדשים שפּעטער, האָט מען זייער גוט דערפֿילט דעם טעם פֿון אַ שטורעם. “ס’איז געווען דערשטוינענדיק, ווי ׳סענדי׳ אין ניו-יאָרק”, זאָגט מיר הדס כּהן, אַ דאָקטאָראַנטקע אין “ניו-סקול” אין ניו-יאָרק, וואָס האָט יענע שטורעמדיקע טעג פֿאַרבראַכט אין ישׂראל. “די ׳איילון׳-שאָסייען זענען פֿאַרפֿלייצט געוואָרן, די באַן-סטאַנציעס זענען פֿאַרפֿלייצט געוואָרן, און בכלל איז מען אין ישׂראל נישט געוווינט צו אַזאַ וועטער.” ווײַטער דערציילט זי, ווי מענטשן האָבן נישט געקאָנט פֿאַרלאָזן די שטאָט תּל-אָבֿיבֿ, ווײַל די אויטאָבוסן זענען נישט געווען בנימצא. “מײַן מאַמע פֿון חיפֿה האָט געוואָלט העלפֿן מײַן פּלימעניק, אָבער נישט געקאָנט. די ווינטן האָבן געבלאָזט אַ גאַנצע נאַכט. קיין הײַזער אין תּל-אָבֿיבֿ זענען נישט פֿאַרפֿלייצט געוואָרן, אָבער 10 צענטימעטער וואַסער האָט יאָ געפֿליסט איבער די וועגן.”
אין אַנדערע טיילן פֿון לאַנד האָט מען אויך געליטן פֿונעם עקסטרעמען וועטער. אין דער שטאָט באר-שבֿע, למשל, האָט מען געפֿילט אַ זאַמד-זאַווערוכע אַ שטאַרקערע ווי געוויינטלעך. עראַן צעלגאָוו, אַ פּאָעט, אַ ליטעראַטור-פֿאָרשער, און אַ תּושבֿ פֿון “דער נגבֿס הויפּט-שטאָט”, האָט מיר באַשריבן די סיטואַציע: “מע גייט אין דרויסן און מע קײַט זאַמד, וואָס בלײַבט שטעעקן צווישן די ציין, און שטייט ווי אַ נעפּל, אָבער ברוין — מע קען גאָרנישט זען. אַזוי האָט געדויערט במשך פֿון דריי טעג, און דערנאָך איז אַ שטאַרקער רעגן געגאַנגען, וואָס האָט, סוף-כּל-סוף, באַרויִקט דעם שטורעם”.
צעלגאָוו גיט צו, אַז יעדן ווינטער לײַדט מען פֿון אַזאַ מין אומדערטרעגלעכן טאָג, ווען מע רעקאָמענדירט, אַז קליינע קינדער און מענטשן, וואָס לײַדן פֿון האַרץ-קרענק זאָלן וואָס ווינציקער זיך אַרומדרייען אין דרויסן. “דאָך הײַיאָר איז עס געווען שטאַרקער. עס האָט מיר דערמאָנט אין די ווערטער פֿונעם באַרימטן פּאָעט יהודה עמיחי: ׳ובֿלילות, ובֿלילות חדרינו נאטם נאטם כּקבר פּירמידה מעלינו הר דממות זרות כּחול מורם׳ (׳און אין די נעכט, און אין די נעכט איז פֿאַרמויערט געוואָרן אונדזער צימער פֿאַרמויערט ווי אַ פּיראַמידע־קבֿר איבער אונדז איז אַ באַרג פֿון שטיל-שווײַגעניש, אַ פֿרעמדער ווי אויפֿגעהויבענער זאַמד׳, ע.מ.)”. און דאָס איז אַפּנים נאָר דער אָנהייב. “מע האָט געזאָגט, אַז דעם סוף-וואָך קומט אָן אַ קאַלטע כוואַליע, אָדער יאָ, אָדער ניין”, זאָגט ער בײַם סוף פֿון אונדזער שמועס, “אַלץ ווענדט זיך אין דעם שמעטערלינג אין אינדאָנעזיע…”.
אָבער וואָס זענען די אמתע סיבות פֿון דעם משוגענעם וועטער איבער דער וועלט אין די לעצטע פּאָר יאָר? צי אַלץ ווענדט זיך פֿון “די נאַטור”, אָדער די מענטשהייט אַליין האָט דערפֿירט צו אַזאַ מצבֿ? צי איז די מענטשהייט מסוגל אויך צו פֿאַרריכטן און אַרויסצודרייען זיך פֿון דעם בראָך, אָדער דער מענטשהייטס גורל איז שוין „אונטערגעחתמעט‟ געוואָרן פֿון לאַנג?
צו ענטפֿערן אויף די דאָזיקע קשיות האָב איך געבעטן צוויי וועלט-מומחים אין דעם געביט. פּראָפֿעסאָר מאַרק קיין איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון וועלט-און-קלימאַט וויסנשאַפֿטן אין קאָלומביע-אוניווערסיטעט, וווּ ער האָט אין 1995 מיסד געווען די “וועלט אינסטיטוציע” (The Earth Institute); אַן אינסטיטוציע מיטן ציל צו פּראָטעזשירן אַ מאָדעל פֿון “אויסגעהאַלטענער אַנטוויקלונג” (Sustainable development) איבער דער וועלט. “דאָס ווייס איך נישט”, ענטפֿערט ער אויף מײַן פֿראַגע, “למאַי איז אַזאַ מין הוראַגאַן ווי ׳סענדי׳ לכתּחילה פֿאָרגעקומען?”.
און דאָס זאָגט ער נאָכן באַשרײַבן די געשעענישן וואָס האָבן דערפֿירט צו דעם אויסערגעוויינטלעך שטאַרקן הוראַגאַן. “עקסטראַ טראָפּישע שטורעמס האָבן זיך צונויפֿגעגאָסן מיטן הוראַגאַן און צוזאַמען באַשאַפֿן אַ נײַ פֿאַרזעעניש. מע רעדט וועגן צוויי סאָרטן הויפּט-טעמים בנוגע דער וואַקסנדיקער צאָל הוראַגאַנען: די נאַטירלעכע סיבה, וואָס באַטאָנט דעם ענין פֿון ציקלען, אָדער אַן ענין וואָס איז געמאַכט פֿון מענטשן. די טעאָריע זאָגט, אַז מחמת דער צעשמעלצונג פֿון דעם אַרקטישן ים-אײַז — אַ פּראָצעס, וואָס איז זיכער געמאַכט פֿון מענטשן — האָבן די ווינטן פֿון גרינלאַנד געטריבן די שטורעמס צוריק קיין ניו-דזשוירזי. אין אַ פּאָר יאָר אַרום וועלן מיר מסוגל זײַן אויסצוגעפֿינען די סיבות פֿון דעם, לויט אונדזערע מאָדעלן.”
לגבי דער פֿראַגע: וואָס מיר קענען טאָן צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ, זאָגט ער “די פֿראַגע שטייט אַזוי: וואָס וועט צו ערשט פֿאָרקומען — צי וועט מען קודם ערנסט אָנהויבן צו רעדוצירן דעם אַרויסשטויס פֿון אָראַנזשעריע-גאַזן, אָדער דערגרייכן אַ שלום אין מיטעלן-מיזרח, אָדער משיח וועט קומען?.. נישט זיכער איז, צי וועט דער ים-שפּיגל אויפֿשטײַגן אויב מע וועט די גאַזן נישט רעדוצירן. דער שטורעם-אָנפֿלייץ וועט נישט דאַרפֿן זײַן אַזוי הויך, כּדי צו פֿאַרשאַפֿן שאָדנס — בפֿרט, אין די שטעט ניו-יאָרק און תּל-אָבֿיבֿ; און עס זענען, ליידער, דערווײַל נישטאָ קיין סימנים פֿון רעדוצירן די דאָזיקע גאַזן”.
בנוגע דעם לעצטן פּרט איז פּראָפֿעסאָר יוחנן קושניר, נאָך אַ מומחה פֿון קלימאַט אין קאָלומביע, אינגאַנצן אײנשטימיק מיט פּראָפֿעסאָר קיין. “די אָפּמאַכן, ווי ׳קיאָטאָ׳, זענען אַלעמען באַקאַנט, אָבער די גרויסמאַכטן, בראָש מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן און כינע, זענען בשום-אופֿן נישט גרייט זיי צו פֿאַרווירקלעכן. אויך טעכנאָלאָגיש האָט מען נאָך נישט דערפֿינדן די פּאַסיקע ברירות צו בענזין און צו קוילן. אין ישׂראל, און בכלל אין מיטעלן-מיזרח, איז פֿאַראַן דווקא די טענדענץ פֿון טרוקעניש, וואָס האָט זיכער צו טאָן מיט דער גלאָבאַלער אָנוואַרעמונג. אָבער מע קען נישט זאָגן, למשל, אַז דער לעצטער שניי אין ישׂראל איז עפּעס אומרעגולערס, און אַז עס האָט צו טאָן מיט דער גלאָבאַלער אָנוואַרעמונג. מיר זעען פֿאָרויס, לויט אונדזערע מאָדעלן, אַז די רעגן-מאָס אין מיטעלן-מיזרח וועט פֿאַרקלענערט ווערן צווישן 15־20 פּראָצענט פֿון דער דורכשניטלעכער טעגלעכער מאָס ביזן סוף פֿונעם איצטיקן יאָרהונדערט.
די השפּעה אויף דעם ראַיאָן וועט זײַן אַ קריטישע און אַ שווערע, ווײַל די באַפֿעלקערונג ווערט דאָרט גרעסער אין אַ גיכן טעמפּאָ, און דאָס וועט גורם זײַן צו דער שוועריקייט אין דערגרייכן וואַסער. מע זאָגט שוין הײַנט, אַז די טריקענישן אין סיריע, אינעם לעצטן יאָרצענדליק, איז פֿון די הויפּט-פֿאַקטאָרן, וואָס האָט דערפֿירט צו דעם אָנגייענדיקן בירגער-קריג.”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.