לעצטנס האָב איך געזען, בײַ חבֿרים אין דער הײם, אַ װידעאָ געשאַפֿן פֿון אַ פֿראַנצויזיש־ישׂראלדיקער קינעמאַטאָגראַפֿין, נורית אבֿיבֿ, מיטן טיטל „משפה לשפה‟ — פֿון אײן שפּראַך צו אַ צװײטער. װי מע קען זען, האָט דאָס צו טאָן מיט העברעיִש, װי אַזױ עבֿרית װערט הײַנט געזען פֿונעם קוקװינקל פֿון אַ צאָל הײַנטיקע קולטור־אַרבעטער אין ישׂראל און מחוץ־לאָרץ.
דער פֿילם איז אינטערעסאַנט, נישט געקוקט אויף זײַנע נודנע טײלן. מע װאָלט זיך געקאָנט װוּנטשן, אַז עס זאָל זיך באַװײַזן אױפֿן עקראַן עפּעס, חוץ אינטערװיוען מיט שרײַבער אין די 20ער און 30ער, אָנגעטאָן (נוסח תּל־אָבֿיבֿ) אין שװאַרצע העמדלעך און דזשינסן.
פֿונדעסטװעגן, האָט זיך עפּעס יאָ אױסגעשײלט אַן אױסגעהאַלטענער צוגאַנג פֿון די אינטערװיוען. מיט אײן װאָרט, די װיכטיקײט פֿון דער העברעיִשער שפּראַך איז נאָך אַלץ אַ יש, און נאָך מער — אַ טרײַב־כּוח אין דער ישׂראלדיקער קולטור־װעלט, כאָטש לױט די שרײַבער, פֿילם־מאַכער און אַנדערע קולטור־טיפּן, װאָס זײַנען דערבײַ אױפֿגעטראָטן, קומט עס דווקא אַרויס נישט אַזוי.
די קולטור־טוער האָבן אַלע, שטײענדיק אַזױ “מיר־נישט־דיר־נישט”, אָנגעשפּאַרט אין זײערע ביכערשענק, װי די תּל־אָבֿיבֿער „היפּסטערס‟, האָבן איבערגעגעבן אין כּמעט אַן אומפֿאַרדײַעטער פֿאָרעם דעם מיטאָס פֿון דער ציוניסטישער מדינה. און װי אַ ציוניסט, בין איך אױסן אַ פּאָזיטיװן זין פֿון דעם װאָרט: אַ מעשׂה װאָס מאָטיװירט אַ געװיסע גרופּע, אָדער געזעלשאַפֿט. אָן אַ מיטאָס קען מען נישט מאַכן קײן טאָלק פֿון אַ צעמישנדיקער און אַנטױשנדיקער װעלט.
לױטן ציוניסטישן מיטאָס, װערט אַ פֿאָלק אָן אַ לאַנד אױף ס׳נײַ אױפֿגעלעבט אין אַ לאַנד אָן אַ פֿאָלק; און אַ שפּראַך, װאָס איז „פֿאַרגעסן“ שטײט אױף, נאָך טױזנטער יאָרן, תּחית־המתים בײַ יענעם אַלט־נײַעם פֿאָלק.
מע װײסט איצט, אַז אַזאַ מיטאָס איז נײטיק געװען פֿאַר דער גרינדונג פֿון דער ייִדישער מדינה, פּונקט אַזױ ווי די גרינדונג־מיטאָסן פֿון אַנדערע נאַציאָנאַלע שטאַטן; אָבער, אין תּוך גענומען, זײַנען זיי היסטאָריש נישט פּינקטלעך. דאָס הײסט נישט, אַז מע דאַרף אָפּװאַרפֿן דעם ציוניסטישן טרױם, נאָר פּשוט, אַז מע דאַרף אַלע מאָל שטרעבן נאָך אַ פֿולער פֿאַרװירקלעכונג פֿון זײַנע עיקרים; פּונקט װי אין אַמעריקע, דאַרף מען די פֿראַזע „אַלע מענטשן“, וואָס געפֿינט זיך אין דער קאָנסטיטוציע, כּסדר אויסטײַטשן אויף ס׳נײַ, כּדי אַרײַנצונעמען אַלץ ברײטערע שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט.
אַז מע קוקט אַזאַ פֿילם, מיט שרײַבער און קולטור־טוער װאָס גרייסן זיך מיט דער לעבעדיקער עבֿרית־שפּראַך, פֿרעגט זיך: װאָס איז מיט מאַמע־לשון? װאָס איז אונדזער ראָלע, און װאָס איז אונדזער מיטאָס, װאָס זאָל אונדז אונטערשטױסן דורך די ספֿקות און פֿאַרבלאָנדזשענישן פֿון דער מאָדערניטעט?
מיר קענען נישט און טאָרן זיך נישט אידענטיפֿיצירן מיט דעם, װאָס אונדז פֿעלט אַ מלוכה. מיר טאָרן נישט מאַכן אַ היסטאָרישן צופֿאַל פֿאַר אַ מעלה. עס װאָלט געװען אַ קאָלאָסאַלער פֿעלער צו פֿאַרגעטערן די שװאַכקײט.
װאָס יאָ — מיר קענען זײַן די רעפּרעזענטאַנטן — אױף אַלע קאָנטינענטן — פֿאַר דער פֿילזײַטיקײט און פֿיל־מינימקײט פֿון ייִדישן לעבן. קיין אײן אימאַזש, קיין אײן לאַנד אָדער פּאָליטישע קאַטעגאָריע קען נישט אױסשעפּן ביזן דנאָ דעם מהות פֿון ייִדישקײט — נישט באָראָ־פּאַרק, נישט ניו־יאָרק, נישט פּאַריז — און אױך נישט ירושלים, אָדער תּל־אָבֿיבֿ…
װען מע זאָל פֿון אונדז אָנדרײען אַזאַ לױבגעזאַנג־װידעאָ, װאָלטן אונדזערע שרײַבער און קולטור־טוער זיך געגרייסט מיט דער שפּראַך פֿון אַ פֿאָלק, װאָס האַלט זיך אין אײן בײַטן? איז עס גענוג אַװעקצושטעלן בלויז די פֿאַרשידן־מיניקײט אויפֿן סדר־היום פֿאַר דער קומענדיקער שאַפֿונג? זיכער נישט. װיל איך פֿאָרשלאָגן, אַז דער שרײַבער, אָדער די שרײַבערין, װאָס שאַפֿט אױף ייִדיש זאָל גלײַכצײַטיק זײַן אײַנגעװאָרצלט אין דער קולטור־סבֿיבֿה דאָרט װוּ ער, צי זי, װױנט און שעפּט אַ חיונה.
דער אומרו פֿון די צװײ פּאָלוסן: פֿילזײַטיקן, מולטי־צענטרישן ייִדישן פֿאָלק און די קאָנקרעטע ערד — ייִדישקײט מיט אַ מהות אין קאָנטאַקט/קאָנטראַסט מיטן אַרומיקן קולטורשװוּנג — װעט צושטעלן אינעם ווײַטערדיקן קולטורגאַנג אַ טרײַבקראַפֿט פֿאַר אונדזער שאַפֿונג און לעבעדיקײט.
כ׳בין דאָ נישט אױסן צו פּראָפּאַגאַנדירן אַ פּאָליטישן מאָדעל נוסח דער בונדיסטישער דאָיִקײט, װאָס איז אין גאַנצן אױסגעשפּילט (אַפֿילו אויב עס האָט אַ מאָל געשפּילט אַ ראָלע), נײַערט אַ קולטורעלן מאָדעל פֿון פּאַראַלעלן און שײדװעגן. צי אַ שרײַבער װיל זיך אָפֿן באַטײליקן אין אַזאַ השפּעה/דיפֿערענציע איז אָפּהענגיק, פֿאַרשטײט זיך, פֿון אים גופֿא… אָבער אַזאַ גערעם קאָן מען פֿאָרט פּרוּװן אַװעקצושטעלן װי אַ װעגװײַזער פֿאַר אונדזער הײפֿעלע שרײַבער און קולטור־טוער אױף דער גאַס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.