די פּובליקאַציע פֿונעם מאָנומענטאַלן באַנד מיט אַ באַשײדענעם טיטל ״אַן איבערזיכט פֿון דער געשיכטע פֿון אוקראַיִנע אין מיטלאַלטער און אין דער פֿריִערער נײַער צײַט״ אין דער רוסישער איבערזעצונג איז אַ סימן, איז די רוסישע אינטעליגענץ איז גרײט צו באַטראַכטן אוקראַיִנע ערנסט. פּאָליטיש און עקאָנאָמיש שפּילט אוקראַיִנע אַ גאָר װיכטיקע ראָלע אינעם רוסישן לעבן. אײניקע אַנאַליטיקער האַלטן, אַז דער קער צו רעאַקציע אין פּוטינס פּאָליטיק, איז געװען אַן ענטפֿער אױף דער ״אָראַנזש־רעװאָלוציע” פֿון 2004 אין קיִעװ. אָבער ביז לעצטנס האָבן די ״מאָסקאַלן״ — ווי די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן רופֿן די מאָסקווער מאַכט — געקוקט אױף אוקראַיִנע מיט אַ געװיסן ביטול, בעת די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן האָבן זײ געצאָלט מיט דער גלײַכער מטבע. דאָס בוך פֿון נאַטאַליאַ יאַקאָװענקאָ, דער פּראָפֿעסאָרין פֿון אוקראַיִנישער געשיכטע אין דער קיִעװער מאָהילאַ־אַקאַדעמיע, איז אַן אָנהײב פֿון אַן ערנסטן קולטורעלן שמועס צװישן די צװײ ״ברידערלעכע״ פֿעלקער.
יאַקאָװענקאָ איז געקומען צו דעם פֿעלד פֿון דער אוקראַיִנער געשיכטע דורך אַ זײַטיקער טיר. זי האָט שטודירט די קלאַסישע שפּראַכן אינעם לעמבערגער אוניװערסיטעט און געפֿאָרשט די לאַטײַנישע קװאַלן װעגן אוקראַיִנע. דערפֿאַר איז זי געװען רעלאַטיװ פֿרײַ פֿונעם אידעאָלאָגישן דרוק אין דער סאָװעטישער תּקופֿה; זי בלײַבט אױך פֿרײַ פֿון אַ װאָסער ניט איז נאַציאָנאַליסטישן צוגאַנג הײַנט צו טאָג. זי האַלט זיך פֿאַר אַן אָנהענגער פֿון דער ״אַנטראָפּאָ־צענטרישער״ קאָנצעפּציע פֿון געשיכטע, װאָס שטעלט דעם טראַף אױף דעם קאָנקרעטן יחיד און ניט אױף אַזעלכע אַבסטראַקטע באַגריפֿן װי פֿאָלק, מלוכה, אָדער קלאַס. זי קריטיקירט די הײַנטיקע שול־פּאָליטיק פֿון דער אוקראַיִנער רעגירונג און האַלט, אַז מען טאָר ניט אױסמײַדן די נעגאַטיװע עפּיזאָדן אין דער אײגענער געשיכטע פֿון אוקראַיִנע, קודם־כּל, די טעראָריסטישע טעטיקײט פֿון דער ״אוקראַיִנישער באַפֿרײַונג־אַרמײ״ בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה.
אָבער איר אײגענע פֿאָרשערישע אינטערעסן זײַנען גאַנץ װײַט פֿון די מאָדערנע דאגות. איר בוך הײבט זיך אָן פֿון ערבֿ דעם צװײטן יאָרטױזנט — די צײַט פֿון קיִעװער רוס, װאָס איז דער מעשׂה־בראשית סײַ פֿון דער רוסישער און סײַ פֿון דער אוקראַיִנישער געשיכטע. און דװקא דאָ הײבן זיך אָן אױך די נאַציאָנאַלע חילוקי־דעות. די רוסישע היסטאָריקער האַלטן, אַז דער צענטער פֿון דער ״רוסישער ציװיליזאַציע״, אַרום דעם 12טן יאָרהונדער האָט זיך איבערגערוקט אויף צפֿון, און מאָסקװע האָט איבערגענומען די בכורה פֿון קיִעװ. פֿאַר די אוקראַיִנישער היסטאָריקער פֿאַרבלײַבט קיִעװ דער שטיצפּונקט, כאָטש יאַקאָװענקאָ האַלט ניט, אַז מען קאָן רעדן װעגן אַ װאָסער ניט איז אוקראַיִנער פֿאָלק אָדער נאַציע אין יענער צײַט.
אוקראַיִנע איז פֿאַר איר מער אַ טעריטאָריעלער אײדער נאַציאָנאַלער באַגריף. דאָס איז אַ ברײטער שטח, װוּ עס זײַנען פֿאָרגעקומען דראַמאַטישע היסטאָרישע געשעענישן. בײַ אַזאַ צוגאַנט װערט די געשיכטע פֿון אוקראַיִנע אָנגעזאַפּט מיט כּלערלײ קולטורעלע און פּאָליטישע השפּעות. יאַקאָװענקאָ באַטראַכט דרײַ עיקרדיקע היסטאָרישע תּקופֿות פֿון אוקראַיִנישע לענדער׃ די קיִעװער, די ליטװיש־פּױלישע און די קאַזאַקישע. אָבער װען מען קוקט אויף דעם מיט די אויגן פֿון אַ יחיד, װאָס װױנט אין אַ שטאָט אָדער אין אַ דאָרף, האָבן פֿאַר אים ניט די פּאָליטישע ענינים קײן גרױסע ווערט.
יאַקאָװענקאָ באַטאָנט די פּאַמעלעכע המשכדיקײט פֿון דער היסטאָרישער אַנטװיקלונג. די אָרטיקע באַפֿעלקערונג האָט זיך כּסדר צוגעפּאַסט צו די נײַע באַלעבאַטים — סײַ טאָטערישע, סײַ ליטװישע, סײַ פּױלישע, און סײַ קאַזאַקישע. די ראָלע פֿון אַ ״שמעלצטאָפּ״, װוּ עס האָט זיך כּסדר אױסגעפֿורעמט אַ נײַע קולטור, האָבן אין מיטלאַלטער געשפּילט אַזעלכע שטעט װי לעמבערג, קאַמענעץ־פּאָדאָלסק, לודמיר (װלאַדימיר–װאָלינסק), לוצק. די שטאָטישע באַפֿעלקערונג איז דאָרט געװען ניט ריין אײנאַרטיקע; עס האָבן דאָמינירט דרײַ װיכטיקסטע עדות — די דײַטשישע, די אַרמענישע און די ייִדישע. אַ דאַנק אָט דער פֿאַרשיידנאַרטיקײט פֿון דער שטאָטישער סבֿיבֿה, האָט זיך אין די אוקראַיִנישע שטעט גענומען אַנטװיקלען דער ״פֿענאָמען פֿון דער אָפֿענער געזעלשאַפֿט״.
דער סאַמע סתּירותדיקער מאָמענט פֿון דעם ייִדיש־אוקראַיִנישן צוזאַמענלעבן אין דער פֿאַרמאָדערנער תּקופֿה איז אַװדאי די גזירות תּ״ח–תּ״ט, אָדער די ״קאַזאַקישע רעװאָלוציע פֿון 1648 - 1657״. און הגם די ייִדישע און די אוקראַיִנישע היסטאָריקער זײַנען שױן לאַנג פֿאַרטאָן אין פּראָדוקטיװע וויכּוחים אַרום דער דאָזיקער פּראָבלעם, װעט דער קאָלעקטיװער זכּרון פֿון יעדן פֿאָלק אױסטײַטשן די דאָזיקע געשעענישן אויף זײַן אופֿן. יאַקאָװענקאָ איז מודה, אַז עס איז ניט מעגלעך אָפּצושאַצן די דאָזיקע בלוטיקע תּקופֿה פֿון אײן ״ריכטיקן״ שטאַנדפּונקט, און זי באַגרענעצט זיך נאָר מיטן דערקלערן די היסטאָרישע סיבות און טרײַבקראַפֿטן פֿונעם אױפֿשטאַנד.
די פּױלישע מלוכה פֿון יענער צײַט איז געװען ״אַ גן־עדן פֿאַר דער שליאַכטע (אַדלשטאַנד) און אַ גיהנום פֿאַר די פּױערים״, װי עס זאָגט אַן עפּיגראַם פֿון יענער צײַט. די מלחמה, װאָס האָט זיך אָנגעהויבן װי אַ פּראָטעסט פֿון די קאַזאַקן קעגן דער אונטערדריקונג דורך דער פּױלישער שליאַכטע, איז אין גיכן אַריבער אין אַ טאָטאַלער מלחמה צװישן די פּראַװאָסלאַװנע אוקראַיִנישע און די פּױלישע קאַטױליקער.
די ייִדן זײַנען געװאָרן דער סאַמע אומגליקלעכסטער קרבן פֿון דער מלחמה, שרײַבט יאַקאָװענקאָ. זײ האָבן געליטן, דער עיקר, פֿאַר זײער עקאָנאָמישער ראָלע, װי ״פֿאַרמיטלער״ צװישן דער שליאַכטע און די פּױערים, הגם היסטאָריש איז אוקראַיִנע געװען רעלאַטיװ פֿרײַ פֿון אַנטי־ייִדישע פּאָגראָמען און בילבולים, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע טײלן פֿון פּױלן און ליטע. דערצו אָבער דאַרף מען צוגעבן דעם ״מיסטישן״ מאָטיװ פֿון ״רײניקן״ אוקראַיִנע פֿון ״פֿאַרפֿלוכטע״ ייִדן און אַרמענער, װאָס מען געפֿינט אין אײניקע רעליגיעזע דאָקומענטן פֿון יענער צײַט. און די דאָזיקע בלינדע און טאָטאַלע שׂינאה איז געװען אַן אָנזאָגער פֿון די מערדערישע אידעאָלאָגיעס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.