פֿיש ווערט באַטראַכט פֿון קדמונים אָן ווי אַ געהיימנישפֿולע באַשעפֿעניש. אינעם יאָר 1896, בײַם סוף חודש שבֿט, האָט די העברעיִשע צײַטונג „הצבֿי‟ פֿון ארץ-ישׂראל איבערגעגעבן, אַז אַן אויסטערלישע מעשׂה איז פֿאָרגעקומען בײַ אַ חשובֿן ארץ־ישׂראלדיקן ייִד, וועלכער האָט געהאַנדלט מיט תּכריכים. אַ פֿיש, וועלכן ער האָט געקויפֿט לכּבֿוד שבת־קודש, האָט אַרויסגעלאָזט אַ שווערן זיפֿץ און אויסגעשריגן „אוי!‟.
דאָס געשעעניש איז געווען באַזונדערס מיסטעריעז, ווײַל דער העלד פֿון דער מעשׂה איז שוין געלעגן אויף אַ טעלער אָפּגעקאָכט, צעשניטן און געפֿילט. די בני־בית האָבן זיך איבערגעשראָקן און זיך געווענדט צו אַ בית־דין. די רבנים האָבן באַרויִקט די משפּחה און דערקלערט, אַז אַזאַ נס קומט פֿאָר נישט צום ערשטן מאָל. די שטיקער פֿונעם געפֿילטן פֿיש האָט מען אײַנגעווילקט אין ווײַסע תּכריכים און באַערדיקט מיט אַ בכּבֿודיקער לוויה אויף אַ ייִדישן בית-עולם.
מיט צען יאָר צוריק, אויך אַרום פּורים-צײַט, האָבן צוויי מיטאַרבעטער פֿון אַ פֿיש־קלייט אינעם הײַנטיקן חסידישן שטעטל ניו־סקווער, איבערגעגעבן, אַז בײַ זיי האָט אַ גרויסער קאַרפּ, 20 פֿונט, זיך נישט באַגרענעצט בלויז מיט אַ לאַקאָנישן „אוי‟, נאָר געגעבן אַ גאַנצע דרשה אויף לשון-קודש וועגן דעם קץ־הימים. אין אַ באַקאַנטער רוסישער פֿאָלק־מעשׂה פֿאַר קינדער כאַפּט איינער אַ ליידיקגייער, מיטן נאָמען יעמעליאַ, אַ רעדנדיקן העכט מיט הוילע הענט פֿון אַן אײַזלאָך. דער העכט האָט געבעטן אים אָפּצולאָזן און צוגעזאָגט אויסצופֿילן אַלע יעמעליאַס וווּנטשן; אַזוי איז אַ פֿויליאַק, וועלכער איז ביז דעמאָלט געזעסן אַ גאַנצן טאָג אויף אַ הרובע און קיינמאָל נישט געאַרבעט, געוואָרן אַן עושר, חתונה געהאַט מיט אַ פּרינצעסין און אַליין געוואָרן אַ צאַר.
ערנסט גערעדט, איז פֿיש טאַקע אַ מיסטעריעזע בריאה. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער זשורנאַל „Current Biology‟ פּובליקירט אַן אַרטיקל פֿון אַ גרופּע פֿאָרשער, וועלכע האָבן אָנגעוויזן, אַז אַ געוויסער מין לאַקס אָריענטירט זיך אינעם ים מיט דער הילף פֿונעם מאַגנעטישן פֿעלד. די וויסנשאַפֿטלער האָבן זיך לאַנג געחידושט, ווי אַזוי דער דאָזיקער מין פֿיש שווימט צומאָל אַרײַן אויף 4,000 מײַל אינעם אָפֿענעם אָקעאַן און דערנאָך, מיט יאָרן שפּעטער, קערט ער זיך אום גלײַך אין זײַן היים־טײַך, כּדי אָפּצולייגן דאָרטן רויג. ס׳זעט אויס, אַז לאַקס טראָגט אין זיך אַ נאַטירלעכן קאָמפּאַס.
דער הײַנטיקע חודש, אָדר, איז פֿאַרבונדן מיטן מזל-דגים. ווי עס ווערט דערקלערט אין די ספֿרים הקדושים, הייסט דער דאָזיקער זאָדיאַק-צייכן דווקא „דגים‟, אין מערצאָל, ווײַל אין די עיבור-יאָרן איז אָדר אַ טאָפּלטער חודש. אָדר ווערט אָסאָציִיִרט מיטן שבֿט-יוסף, וועלכער ווערט צומאָל באַטראַכט ווי איין גרופּע, און אַמאָל ווי צוויי שבֿטים — אפֿרים און מנשה. דער הײַנטיקער חודש האָט אויך אַ משיחישן גאולה-באַדײַט. על-פּי־קבלה, איז אָדר אַמאָל געווען איינער פֿון די פֿינצטערע שלימזלדיקע חדשים, דערפֿאַר האָט המן פּלאַנירט אומצוברענגען די ייִדן דווקא אין דער צײַט. אָבער, צוליב דעם זכות פֿון משה רבינו, וועלכער איז געבוירן און ניפֿטר געוואָרן דעם זיבעטן טאָג פֿון אָדר, האָט דער מעטאַפֿיזישער באַדײַט פֿונעם הײַנטיקן חודש זיך געביטן, און געוואָרן אַ קוואַל פֿון מזל און ברכה.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַ טייל ייִדישע סימבאָלן, וועלכע האָבן צו טאָן מיט פֿיש, זענען אַזוי געהיימנישפֿול, ווי די ים-באַשעפֿעניש אַליין. די אַלטע הילצערנע שילן פֿון מיזרח־אייראָפּע פֿלעגט מען באַצירן, צווישן אַ סך אַנדערע קונסט-סימבאָלן, מיט דרײַ צונויפֿגעפֿלאָכטענע פֿיש. דער דאָזיקער צייכן איז באַקאַנט פֿון אוראַלטע צײַטן און האָט פֿאַרשיידענע באַדײַטן אַרום דער וועלט. צום מערסטן איז עס באַקאַנט ווי אַ רעפּרעזענטאַציע פֿון דער קריסטלעכער טריניטאַרער טעאָלאָגיע; ענלעכע סימבאָלן — „טריסקעליאָן‟ — זענען אָבער געווען פֿאַרשפּרייט בײַ אַ צאָל אוראַלטע פֿעלקער, דער עיקר בײַ די קעלטן, נאָך פֿאַר דער קריסטלעכער תּקופֿה. אין די באַצירונגען פֿון אַלטע שילן טרעפֿט זיך אויך אַן אַנדער וואַריאַנט פֿונעם דאָזיקן סימבאָל — דרײַ צונויפֿגעפֿלאָכטענע האָזן.
ביידע צייכנס קאָנען אָפּגעטײַטש ווערן אינעם ייִדישן קאָנטעקסט ווי סימבאָלן פֿון די דרײַ אָבֿות — אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ — ווי אויך פֿון דרײַ ספֿירות: חסד, גבֿורה און תּפֿארת אָדער כּתר, חכמה און בינה. וואַסער ווערט אַסאָציִיִרט אין ייִדישקייט מיט אַזעלכע גוטע מידות ווי ריינקייט און ענווה, דערפֿאַר דינט פֿיש ווי אַ סימבאָל פֿון אַ צדיק. ווען און ווי אַזוי איז דער קעלטישער „טריסקעליאָן‟ געוואָרן אַ ייִדישער סימבאָל איז אָבער נישט קלאָר.
אַן אַנדער אוראַלטער מיסטישער סימבאָל, וועלכער טרעפֿט זיך אויך אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער קונסט, איז אַ פֿיש, וואָס בײַסט זײַן אייגענעם עק. דער זעלבער צייכן, באַקאַנט ווי „אוראָבאָראָס‟ איז פֿאַרשפּרייט אַרום דער וועלט אינעם פֿאָרעם פֿון אַ שלאַנג; בײַ ייִדן האָט עס אָבער די צורה פֿון אַ כּשרער באַשעפֿעניש. על־פּי־קבלה סימבאָליזירט עס די ציקלישע דיאַלעקטישע נאַטור פֿונעם אוניווערס, דעם מיסטישן דראַקאָן „תּלי‟, אַרום וועלכן עס דרייען זיך די שטערן אין הימל, ווי אויך דעם לוויתן.
דער מזל פֿונעם חודש אָדר — „דגים‟ — ווערט געוויינטלעך באַצייכנט בײַ ייִדן ווי צוויי פֿיש, אַסאָציִיִרט מיט די צוויי זין פֿון יוסף־הצדיק — אפֿרים און מנשה. לויט אַנדערע פּירושים, איז די דאָזיקע קאָנסטעלאַציע אויך פֿאַרבונדן מיט משיח בן יוסף און משיח בן דוד.
אַן אַנדער סימבאָל, וואָס טרעפֿט זיך אויף אַ טייל ייִדישע מצבֿות און שיל־געמעלן, זעט אויס ווי אַ מין רוסאַלקע — אַ פֿיש מיט אַ קאָפּ פֿון אַ לייב. ס׳קאָן זײַן, אַז אַזאַ כּמו־פֿיש אין אַ רעפּרעזענטאַציע פֿון אַ מענטשלעכער נשמה אויף יענער וועלט, וועלכע ווערט פֿאַרגליכן צו אַ פֿיש אין פֿאַרשיידענע ספֿרים. עס קאָן אויך זײַן, אַז דאָס איז אַן אַנדער וואַריאַנט פֿונעם לוויתן.
צום באַדויערן, זענען כּמעט אַלע מומחים פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן קונסט־סימבאָליזם אומגעקומען בעת דעם חורבן. צוליב דעם, בלײַבט דער באַדײַט פֿון אַ סך אַזעלכע סימבאָלן נישט קלאָר. אין די ספֿרים־הקדושים און אַנדערע דאָקומענטן ווערט כּמעט קיינמאָל נישט באַהאַנדלט די דאָזיקע טעמע; די קינסטלער פֿלעגן איבערגעבן זייערע טראַדיציעס פֿון דור צו דור אינגאַנצן בעל־פּה.
אויב אַפֿילו די אַמאָליקע קונסט־מײַסטערס וואָלטן נאָך געלעבט, וואָלטן זיי, מסתּמא, נישט געוווּסט, אַז פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון היימישער ייִדישער קונסט זענען טיף פֿאַרבונדן, אויף אַ מיסטעריעזן אופֿן, מיט אוראַלטע קעלטישע, גריכישע, בבֿלישע און אַנדערע וועלט־סימבאָלן — אַזעלכע ווי „טריסקעליאָן‟, „אוראָבאָראָס‟ און די זאָדיאַק־צייכנס. האָפֿנטלעך, וועלן די ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען העלפֿן אויסצוקלאָרן, ווען און ווי אַזוי די דאָזיקע רעטענישפֿולע סימבאָלן זענען „אַרויפֿגעשוווּמען‟ אינעם ברייטן ים פֿונעם ייִדישן און אַלגעמיינעם קונסט־סימבאָליזם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.