פֿילאַדעלפֿיע, פֿאַראייניקטע שטאַטן. — דער „נאַציאָנאַלער מוזיי פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע‟, וועלכער האָט זיך געעפֿנט נישט לאַנג צוריק אין פֿילאַדעלפֿיע, געפֿינט זיך איצט אין אַ שווערן מצבֿ. בײַם אָנהייב, זענען די שאַפֿער פֿונעם מוזיי געווען פֿול מיט אָפּטימיזם. די עפֿענונג-צערעמאָניע איז דורכגעפֿירט געוואָרן מיט אַ גרויסן כּבֿוד; אונדזער צײַטונג האָט געשריבן וועגן דעם מיט צוויי יאָר צוריק.
במשך פֿונעם יאָר 2011, זענען אָבער דאָרטן געקומען בלויז 126,000 באַזוכער; שפּעטער איז דער מוזיי געוואָרן נאָך ווייניקער פּאָפּולער, הגם לכתּחילה האָט מען זיך גערעכנט אויף 250,000 באַזוכער יעדעס יאָר. דער מוזיי, וואָס פֿאַרנעמט אַ גרויסן שטח פֿון 25,000 קוואַדראַט-פֿוס, דערציילט וועגן דער ייִדישער געשיכטע אין אַמעריקע, דורך דאָקומענטן, פֿאָטאָגראַפֿיעס, ביאָגראַפֿיעס, קונסט-ווערק און אַנדערע אַרטעפֿאַקטן. ווען די עקספּאָזיציעס האָבן זיך געעפֿנט מיט צוויי יאָר צוריק, האָבן זיי אַרויסגערופֿן אַ כוואַליע פֿון ענטוזיאַזם. די אינסטיטוציע רעפּרעזענטירט זיך ווי „דער איינציקער מוזיי אינעם לאַנד, וועלכער ווערט געווידמעט אויסשליסלעך דער געשיכטע פֿון ייִדן אין אַמעריקע‟. דער ענטוזיאַזם איז אָבער באַלד פֿאַרגאַנגען. די צאָל מיטגלידער פֿונעם מוזיי איז געפֿאַלן פֿון דער רעקאָרד-ציל — 18 טויזנט נפֿשות — ביז דער באַשיידענער ציפֿער פֿון 15 טויזנט, לויט די אָפֿיציעלע ידיעות פֿון דער אַדמיניסטראַציע.
דאָס זאַמלען געלט פֿאַרן מוזיי איז אויך אָנגעקומען נישט גרינג, צוליב דעם שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ אינעם לאַנד. נישט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן, האָט מען אין יולי אויסגעקליבן אַ נײַע הויפּט-פֿאַרוואַלטערין, אײַווי באַרסקי — אַ 48־יאָריקע פֿרוי, וועלכע האָט שוין געאַרבעט ווי די דירעקטאָרין פֿונעם מוזיי, במשך פֿון בערך אַ יאָר, און געדינט פֿריִער ווי אַ פֿאַרטרעט-דירעקטאָר בײַם ניו-יאָרקער „מוזיי פֿון ייִדישער ירושה‟.
הגם באַרסקי האָט פֿריִער קיינמאָל נישט אָנגעפֿירט מיט אַ מוזיי, האָט זי זיך גלײַך גענומען צו לייזן די וויכטיקסטע פּראָבלעמען און אויסגעאַרבעט די הויפּט-פּונקטן פֿון אַ נײַעם סטראַטעגישן פּלאַן פֿאַר די קומענדיקע יאָרן. זיבן מיטאַרבעטער פֿונעם מוזיי זענען הײַיאָר באַזײַטיקט געוואָרן. באַרסקי האָט אָבער איבערגעגעבן, אַז דאָס האָט געהאַט לאַוו-דווקא צו טאָן מיטן פֿינאַנציעלן מאַנגל. די מוזיי-אַדמיניסטראַציע קלײַבט זיך אין גיכן צו נעמען אויף דער אַרבעט אַן אַנטוויקלונג-דירעקטאָר און אַ צאָל אַנדערע פֿאַרוואַלטער אויף נײַע פּאָזיציעס, וועלכע זענען פֿריִער געווען וואַקאַנט.
באַרקסי און ראָן רובין, דער מיטפֿאָרזיצער פֿונעם קוראַטאָרן־ראַט, האָט איבערגעגעבן, אַז בײַם סוף פֿונעם הײַנטיקן פֿינאַנץ־יאָר וועט זייער אינסטיטוציע נישט לײַדן פֿון אַ דעפֿיציט. לויט באַרקסי, פֿאָדערט דער מוזיי אַ יערלעכן בודזשעט פֿון אַרום 11 מיליאָן דאָלאַר. זי האָפֿט, אַז אַ העלפֿט פֿון דער דאָזיקער סומע וועט מען קאָנען זאַמלען פֿון די שטיץ-פֿאָנדן, הגם דאָס וועט זײַן שווער צו פֿאַרווירקלעכן.
באַרסקי און רובין האָט צוגעגעבן, אַז כּדי צוצוציִען אַ ברייטערן עולם, מוז דער מוזיי פֿאַרברייטערין די מיסיע פֿונעם מוזיי — למשל, צו ווײַזן די בריוו, וואָס וואַשינגטאָן האָט געשריבן נישט בלויז צו די ייִדן, נאָר אויך צו די קווייקערס, קאַטויליקער און אַנדערע רעליגיעזע גרופּעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.