פֿונעם 10טן ביזן 15טן פֿעברואַר קומט פֿאָר אין ירושלים דער „אינטערנאַציאָנאַלער ביכער־יריד‟; אַ ריזיקע אונטערנעמונג וואָס ווערט אָרגאַניזירט יעדע צוויי יאָר. שוין לאַנגע יאָרן ווי מע זעט נישט קיין ייִדישע ביכער אויפֿן חשובֿן יריד, אָבער דאָס יאָר האָט די ישׂראלדיקע ייִדיש־וועלט זיך צונויפֿגענומען, יד־אחת, און געוויזן דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט, אַז ייִדיש און די ייִדישע קולטור איז אַ יש אין דער ייִדישער מדינה.
די ייִדישע ביכער און אַנדערע סחורות ווערן אויסגעשטעלט אונטער דעם רשות פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟; אַ וויכטיקע אָרגאַניזאַציע וואָס האָט לאַנגע יאָרן געליטן פֿון פּאָליטישע און פּערזענלעכע ראַנגלענישן און מחלוקתן. הײַנט, אין אַ נײַעם גילגול, אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער דירעקטאָרין ציפּה גאָדראָוו־ווײַצמאַן, זעט אויס, אַז די „אינסטאַנץ‟ וועט ווידער איבערנעמען אַ צענטראַלע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור־אַרבעט אין לאַנד. די אויסשטעלונג בײַם יריד איז איר ערשטער וויכטיקער אויפֿטו.
בעלאַ בריקס־קלײַן פֿירט אָן מיט דער אויסטשעלונג בײַם פּאַוויליאָן אינעם „בנייני האומה ירושלים‟. זיבן ייִדישע קולטור־גרופּעס, וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיט פֿאַרלעגערײַ באַטייליקן זיך:
מיטן פֿאַרלאַג „מפֿעל דבֿ סדן ללימודי ייִדיש‟ פֿירט אָן דער פּראָפֿעסאָר יחיאל שיינטוך. דער פֿאַרלאַג איז אַ טייל פֿונעם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟ און מע קען זען דעם גאַנצן קאַטאַלאָג אויף דער אינטערנעץ:
//www.hum.huji.ac.il/upload/_FILE_1360229094.pdf
דער „אַרבעטער־רינג‟ אין ישׂראל, מיט זײַן לאָקאַל אין תּל־אָבֿיבֿ האָט אויסגעשטעלט זײַן זשורנאַל „לעבנס־פֿראַגן‟, רעדאַקטירט פֿון יצחק לודען. דאָס איז די איינציקע וועלטלעכע צײַטשריפֿט אויף ייִדיש, וואָס ווערט געדרוקט אין ישׂראל און איז יעדן חודש אָנגעפֿילט מיט אינטערעסאַנטע אַרטיקלען, נײַעסן און ליטעראַטור. דער וועבזײַט־אַדרעס איז:
//www.lebnsfragn.com/index.html
דער ניו־יאָרקער „פֿאָרווערטס‟, רעדאַקטירט פֿון באָריס סאַנדלער, האָט אויסגעשטעלט נישט בלויז די צײַטונג, נאָר אויך קאָמפּאַקטלעך, „די־ווי־די‟ס און ביכער וואָס דער „פֿאָרווערטס‟־פֿאַרלאַג האָט רעדאַקטירט און אַרויסגעגעבן. בעלאַ בריקס־קלײַן איז די פֿאָרשטייערין פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ אין ישׂראל. די „פֿאָרווערטס‟־וועבזײַט איז:
//yiddish.forward.com/
„בית שלום־עליכם‟ אין תּל־אָבֿיבֿ, וואָס ווערט אָנגעפֿירט פֿונעם פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטערן, האָט געוויזן דעם עולם סײַ די ביכער וואָס זענען דורך „בית־שלום־עליכם‟ רעדאַקטירט געוואָרן, סײַ ביכער וואָס די אָרגאַניזאַציע האָט פֿינאַנציעל געשטיצט. דאָרטן האָט מען אויך, למשל, געקענט כאַפּן אַ קוק אויפֿן זשורנאַל „דווקאַ‟, רעדאַקטירט פֿון בני מער, אַ פּובליקאַציע אויף עבֿרית וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער ייִדישער קולטור. צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן „דווקא‟, לייענט: //www.magnespress.co.il/website/index.asp?id=2726
דאָס „לייוויק־הויז/בית־לייוויק‟ אין תּל־אָבֿיבֿ פֿירט אָן דער קאָמפּאָזיטאָר און שרײַבער דניאל גלאַי. דאָרטן איז דער לאָקאַל פֿונעם „פֿאַראיין פֿאַר ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל‟, און אַן ערך 80 ביכער פֿון די ישׂראלדיקע מחברים אויף ייִדיש קען מען געפֿינען אין זייער ווינקל אופֿן ביכער־יריד.
זייער וועבזײַט איז: //www.leyvik.org.il/
דער „זאַק‟־פֿאַרלאַג פֿון ישׂראל האָט אויסגעשטעלט אַ ייִדיש ווערטערבוך און עטלעכע לערן־ביכער פֿאַר ייִדיש־תּלמידים.
דער בכּובֿדיקער „מאַגנעס־פּרעס‟ פֿאַרמאָגט אַ גרויסן קאַטאַלאָג ייִדישע ביכער, צווישן זיי עטלעכע זאַמלונגען פֿון ייִדישע ווערטלעך פֿון יוסף גורי. די וועבזײַט פון זייערע ייִדישע ביכער איז:
//www.magnespress.co.il/website_en/index.asp?category=69
מיטוואָך, דעם 13טן פֿעברואַר קומט פֿאָר אַ מוזיקאַליש־ליטעראַרישער אָוונט אין פֿאַרבינדונג מיטן ביכער־יריד. מענדי כּהנא וועט מיטן אָוונט אָנפֿירן און עס וועלן אָנטיילנעמען די זינגערין רות לעווין, די פּאָעטן רבֿקה באַסמאַן בן־חיים און וועלוול טשערנין. די יונגע קינדער פֿון מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי וועלן אויפֿטרעטן מיט ייִדישע קינדערלידער פֿון אַ נײַער זאַמלונג שאַפֿונגען פֿון שמואל צעסלער.
בעלאַ בריקס־קלײַן האָט אונדז דערציילט, אַז זי טיילט אויך אויס דעם וויכטיקן „אַרבעטער־רינג‟־ בולעטין, וואָס זי שטעלט צונויף פֿון ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען אין ישׂראל — „וואָס, ווער, ווען‟. הונדערטער מענטשן זענען אַבאָנירט אויפֿן בולעטין דורך דער אינטערנעץ.
בכלל, דערציילט בריקס־קלײַן, ווערן די באַזוכער איבערראַשט ווען זיי זעען די אויסשטעלונג פֿון ייִדישע ביכער. זיי האָבן בכלל נישט געוווּסט, צום באַדויערן, וועגן דעם „פֿאָרווערטס‟, וועגן דער הײַנטיקער פֿאַרלעגערײַ פֿון ייִדישע ביכער, און נישט וועגן די כּלערליי ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען אין לאַנד. אַ דאַנק דעם ביכער־יריד, וועלן צוקומען, מע האָפֿט, נײַע כּוחות פֿאַר דער קולטור־אַרבעט. זי גיט צו, אַז „דער ביכער־יריד איז וויכטיק פֿאַר ייִדיש דאָ אין לאַנד; מע זעט, אַז ייִדיש לעבט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.