די „מענטשנרעכט־קאָמיסיע פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק‟ האָט אָנגעקלאָגט זיבן סאַטמערער געשעפֿטן, וועלכע געפֿינען זיך אויף לי־עוועניו אין ברוקלין, צוליב די שילדן אין זייערע וויטרינעס, וואָס מעלדן: „קורצע הויזן, העמדער אָן אַרבל און אויסגעשניטענע העמדער זענען נישט דערלויבט אין דעם געוועלב‟.
„די געשעפֿטן זענען עפֿנטלעכע אײַנריכטונגען, און דערפֿאַר טאָרן זיי נישט מאַכן קיין אַ פּרעפֿערענץ פֿאַר איין מין קונה איבער אַ צווייטן, אָדער אויסדריקן דיסקרימינאַציע קעגן אַ געוויסן מין קונה,‟ האָט דערקלערט קליפֿאָרד מאָלקווין, דער וויצע־קאָמיסיאָנער און אַדוואָקאַט פֿון דער מענטשנרעכט־קאָמיסיע.
„עפֿנטלעכע אײַנריכטונג‟ איז אַ לעגאַלער טערמין וואָס באַטײַט געשעפֿטן, סײַ שטאָטישע, סײַ פּריוואַטע, וואָס ווערן גענוצט פֿונעם פּובליקום.
„ס׳איז קלאָר, אַז די שילדן גיבן צו פֿאַרשטיין, אַז בלויז קונות, וועלכע טוען זיך אָן צניעותדיק, מעגן אַרײַנקומען אין געשעפֿט, און דאָס הייסט דיסקרימינאַציע,‟ האָט מאָלקווין געזאָגט.
צווישן די געשעפֿטן וואָס ווערן אָנגעקלאָגט, געפֿינט מען אַ שפּײַזגעשעפֿט — „פֿרידמאַנס דעפּאָ‟, אַן אײַזנקראָם — „טיוו־טאָוו‟, „לי עוועניו קליידער־געשעפֿט‟ און „סענדערס בעקערײַ‟.
די אייגנטימער פֿון די געשעפֿטן טענהן פֿאַרקערט — אַז דער אָנקלאָג איז אַליין אַ מין דיסקרימינאַציע קעגן די סאַטמערער חסידים.
„די שילדן זענען נישט געווענדט בלויז אויף פֿרויען, נאָר אויף מאַנסבילן אויך,‟ האָט דערקלערט דבֿורה אַלון, די אַדוואָקאַטין, וועלכע רעפּרעזענטירט די קראָמען. זי האָט באַשלאָסן צו פֿאַרטיידיקן די חסידישע אייגנטימער אין דעם אָנקלאָג, ווײַל זי האַלט, אַז דער ענין „האָט אַ וויכטיקן באַטײַט פֿאַר רעליגיעזע רעכט און פֿרײַהייט‟.
„געשעפֿטן מעגן צונויפֿשטעלן תּקנות פֿון קליידער,‟ האָט באַמערקט מאַרק שטערן, אַן עקספּערט פֿון ציווילע רעכט, וועלכער דינט ווי דער אַדוואָקאַט פֿונעם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט‟. „ריוואַטע קלובן אין מאַנהעטן, למשל, לאָזן נישט אַרײַן קיין מענטשן וואָס טראָגן קורצע הויזן, און עטלעכע פּראָצעסן אין געריכט וועגן מלבושים אויפֿן אַרבעטפּלאַץ, האָבן שוין באַשטימט, אַז אַן אַרבעט־געבער מעג פֿאָדערן, אַז די פֿרויען־אַרבעטער זאָלן טראָגן קליידלעך, און די מענער — אָנצוגן מיט קראַוואַטן. אַז קיינער קלאָגט נישט אָן יענע אַרבעט־געבער, פֿאַר וואָס זשע קלאָגט מען אָן די אייגנטימער פֿון די געשעפֿטן?‟
(האָרץ)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.