טוניס (ייִט״אַ). — דער ישׂראלדיקער אויסערן-מיניסטעריום האָט געהייסן זײַנע דיפּלאָמאַטן צו רופֿן די אינטערנאַציאָנאַלער געזעלשאַפֿט, זי זאָל פֿאָדערן בײַ דער טוניסער רעגירונג צו באַשיצן די דאָרטיקע ייִדישע קהילה.
לויט דער צײַטונג „ידיעות אַחרונות‟, איז די אינסטרוקציע געקומען אין שײַכות מיט אַ צאָל אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, וועלכע זענען לעצטנס אויסגעבראָכן אין טוניס, וווּ עס וווינען אַרום 2,000 ייִדן. דער אויסערן-מיניסטעריום האָט געהייסן די דיפּלאָמאַטן פֿון די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד, דײַטשלאַנד און איטאַליע, צו בעטן די אויסערן-מיניסטעריומס אין די דאָזיקע לענדער געבן צו וויסן די טוניסער פּאָליטיקער, אַז ישׂראל פֿאָדערט בײַ זיי צו גאַראַנטירן די זיכערהייט פֿון דער ייִדישער קהילה און אירע אינסיטוציעס, ווי אויך צו פֿאַרדאַמען די אַנטיסעמיטישע אינצידענטן בפֿרהסיא, אַרײַנגערעכנט די אַקטן פֿון וואַנדאַליזם אויף ייִדישע בית-עולמס.
דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, זענען לכל-הפּחות 80 מצבֿות צעשעדיקט געוואָרן און די קבֿרים צערויבט אויף אַ צאָל ייִדישע בית-עולמס אין אַ צאָל טוניסער שטעט, אַרײַנגערעכנט די ים-שטאָט סוס. לויט „ידיעות אַחרונות‟, האָט דער ישׂראלדיקער אויסערן-מיניסטעריום פֿאַרשפּרייט אַרום דער וועלט בילדער און ווידעאָ-רעפּאָרטאַזשן פֿונעם קבֿרים-וואַנדאַליזם. אַ צאָל טוניסער מוסולמענישע פֿירער זענען עטלעכע מאָל אויפֿגעטראָטן מיט נעגאַטיווע רייד לגבי דער ייִדישער קהילה — צום בײַשפּיל, פֿאַראַיאָרן, בעת דעם וויזיט פֿון איסמאַיִל כאַניִע, דער פּרעמיער-מיניסטער פֿון „כאַמאַס‟.
ווען טוניס איז געוואָרן אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה, אינעם יאָר 1956, האָבן דאָרטן געוווינט מער ווי 100,000 ייִדן, וועלכע האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט די גרעסטע רעליגיעזע מינאָריטעט אינעם לאַנד. אויפֿן הײַנטיקן טאָג, וווינען ס׳רובֿ ייִדן אויפֿן דרומדיקן אינדזל דזשערבאַ און אַרום דער הויפּטשטאָט, טוניס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.