קוקט אַרײַן אין אַ צײַטונג, וועט איר לייענען: 36 דערהרגעט אין אַן אויפֿרײַס אין אַלעפּאָ, סיריע; אַרבעטלאָזיקייט אין יאַנואַר איז אַרויף ביז 7.9%; געוועזענער בירגער־מײַסטער פֿון סאַן־דיעגאָ איז באַשולדיקט אין גנבֿענען 2 מיליאָן דאָלאַר פֿון אַ צדקה־אָרגאַניזאַציע… מע זעט אַזוינע ידיעות, פֿאַרלירט מען ממש דעם חשק צו לייענען אַ צײַטונג.
ווי וואָלט אָבער געווען, ווען די רעפּאָרטערס וואָלטן איבערגעגעבן נישט בלויז די צרות פֿון דער וועלט, נאָר אויך דערקלערט, ווי אַזוי געוויסע מענטשן פּרוּוון צו לייזן די פּראָבלעמען? וואָלט עס נישט געווען מער אינטערעסאַנט, סטימולירנדיק, און אפֿשר אַרײַנגעצויגן אַ סך מער לייענער?
טינאַ ראָזענבערג, אַן אָנגעזעענע זשורנאַליסטין בײַ דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ און געווינערין פֿונעם „פּוליצער־פּריז‟ אין 1991, האַלט בפֿירוש, אַז יאָ. ראָזענבערג — אַן אייניקל פֿון אַ געוועזענעם שטאָט־רעדאַקטאָר בײַם „פֿאָרווערטס‟, פֿײַוול סאַנדלער — איז איינע פֿון אַ גרופּע זשורנאַליסטן, וואָס האָבן לעצטנס זיך אונטערגענומען צו שרײַבן אַרטיקלען, וואָס דערציילן, ווי אַזוי געוויסע מענטשן, פּראָיעקטן און רעגירונגען האָבן אַרויסגעוויזן פּאָזיטיווע רעזולטאַטן בײַם באַקעמפֿן אַ געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעם. מיט אַנדערע ווערטער, די זשורנאַליסטן שרײַבן נישט בלויז וועגן דער מכּה, נאָר אויך וועגן דער רפֿואה.
די גרופּע רופֿט אַזאַ מין שרײַבן „לייזונג־זשורנאַליזם‟ (solutions journalism), און זיי האָבן לעצטנס געגרינדעט אַן אָרגאַניזאַציע צו פֿאַרשפּרייטן דעם באַגריף צו רעדאַקטאָרן און רעפּאָרטערס איבערן לאַנד. די וואָך, למשל, איז ראָזענבערג געפֿאָרן מיט איר קאָלעגע, דייוויד באָרנשטיין, צום פּרעסע־ביוראָ פֿון די „סיאַטל־טײַמס‟ (Seattle Times), אין וואַשינגטאָן, כּדי צו טרענירן דאָרט די זשורנאַליסטן, ווי אַזוי צו שרײַבן אַזוינע אַרטיקלען אויף אַ באַלערנדיקן, אָביעקטיוון אופֿן.
„אונדזער ציל איז נישט סתּם איבערצוגעבן ׳פֿריילעכע נײַעס׳,‟ האָט ראָזענבערג געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. „מיר ווילן פּשוט דערציילן אונדזערע לייענער וועגן יענע פּראָיעקטן, וואָס ווײַזן אַרויס פּאָזיטיווע רעזולטאַטן בײַם באַקעמפֿן אַ געוויסע געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעם, און דער עיקר — דערקלערן ווי אַזוי ס׳איז זיי געלונגען. צו פֿיל רעפּאָרטערס שרײַבן בלויז דעם ׳וואָס׳, ׳ווער׳ און ׳ווען׳ פֿון אַ מעשׂה, אָבער נישט דעם ׳ווי אַזוי׳.‟
אַ בײַשפּיל פֿון אַזאַ מין זשורנאַליזם געפֿינט זיך יעדן מיטוואָך אין ראָזענבערגס און באָרנשטיינס רובריק Fixes, אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟. דעם 13טן פֿעברואַר, למשל, האָט ראָזענבערג געשריבן וועגן דער „קללה‟ פֿון די נאַפֿט־רײַכע לענדער. ס׳איז שוין גוט באַקאַנט, אַז אין כּמעט אַלע לענדער, וווּ מע האָט אַנטדעקט טײַערע רעסורסן, ווי נאַפֿט אָדער גאָלד, דערפֿירט עס צו בלוט־פֿאַרגיסונג, קאָרופּציע און דיקטאַטור. אַנשטאָט בלויז צו דערציילן וועגן די שרעקלעכע געשעענישן וואָס קומען פֿאָר אין די לענדער, דערקלערט ראָזענבערג, ווי אַזוי דער שטאַט אַלאַסקע האָט דווקא יאָ מצליח געווען נאָכן אַנטדעקן נאַפֿט, ווײַל די רעגירונג האָט באַשלאָסן צו אינוועסטירן אַ פֿערטל פֿון איר נאַפֿט־רווח, וואָס די דיווידענדן צעטיילט זי יעדעס יאָר צווישן אַלע אײַנוווינער. אין יאָר 2008, האָט יעדער אַלאַסקער באַקומען 2,069$.
„די אויסצאָלונגען סטימולירן די עקאָנאָמיע און פֿאַרקלענערן דעם אונטערשייד צווישן אָרעם און רײַך,‟ שרײַבט ראָזענבערג. „אַ דאַנק דער סיסטעם, האָט זיך שטאַרק פֿאַרבעסערט דער פֿינאַנציעלער מצבֿ פֿון דער אָרעמסטער גרופּע אין דעם שטאַט — די אײַנגעבוירענע אַלאַסקער‟ — די עסקימאָסן.
אין אַ צווייטן אַרטיקל, דערציילט ראָזענבערג וועגן אַ נעץ פֿון שפּיטאָלן, פֿאַבריקן און פֿאָרש־אינסטיטוטן אין דרום־אינדיע, וואָס האָט במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿערציק יאָר, מיט דערפֿאָלג, אומגעקערט די ראיה צו מיליאָנען אָרעמע־לײַט, וועלכע זענען בלינד געוואָרן צוליב קאַטאַראַקט. די מעדיצינישע נעץ, „אַראַווינד סיסטעם פֿון אויגן־באַהאַנדלונג‟, האָט מצליח געווען, אַ דאַנק איר גוט־אָרגאַניזירטער, שפּאָרעוודיקער אַרבעט־סיסטעם, שרײַבט ראָזענבערג. „די סיבה פֿאַר וואָס די נעץ האָט געהאַט אַזאַ סוקצעס — שרײַבט ראָזענבערג — איז ווײַל זי האָט נאָכגעמאַכט די סיסטעם פֿון אַ געוויסער אינסטיטוציע, וואָס מיר אַסאָציִיִרן געוויינטלעך נישט מיט געזונט: ׳מאַק׳דאָנאַלדס׳.‟
דער ציל פֿון ראָזענבערגס אַרטיקל וועגן דעם אינדישן אויגן־צענטער איז קלאָר: די געוואַלדיקע הצלחה פֿונעם צענטער קאָן הײַנט דינען ווי אַ מוסטער פֿאַר די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס פּרוּווט אַליין געפֿינען עפֿעקטיווע, שפּאָרעוודיקע מיטלען צו פֿאַרבעסערן איר צו־טײַערע, נישט־עפֿעקטיווע געזונט־סיסטעם.
טינאַ ראָזענבערג איז געבוירן געוואָרן אין ברײַטאָן־ביטש, ברוקלין. איר זיידע, אַ רוסיש־געבוירענער קאָמוניסט, האָט יאָרן לאַנג געשריבן פֿאַר דער לינקער ייִדישער צײַטונג „מאָרגן־פֿרײַהײַט‟, און שפּעטער איז ער געוואָרן דער שטאָט־רעדאַקטאָר בײַם „פֿאָרווערטס‟. ער האָט געשיקט זײַן טאָכטער, טינאַס מאַמע, אינעם לינקן, ייִדישן זומער־לאַגער „קעמפּ קינדערלאַנד‟, אָבער די מאַמע איז נישט נתפּעל געוואָרן פֿון קאָמוניזם, און איז שוין מער קיין מאָל אַהין נישט געפֿאָרן.
„יאָרן לאַנג האָט זי געמיינט, אַז ׳קינדערלאַנד׳ איז אויסגעגאַנגען צוזאַמען מיטן קאָמוניזם,‟ האָט ראָזענבערג באַמערקט.
בעת טינאַס קינדער־יאָרן, האָט דער זיידע זי געפּרוּווט לערנען ייִדיש, אָבער ווײַטער ווי דעם אַלף־בית איז עס נישט דערגאַנגען. מיט יאָרן שפּעטער האָט זי זיך געלערנט ייִדיש אין ייִוו״אָ, און אַפֿילו געקומען איין מאָל אויף דער „ייִדיש־וואָך‟ — אַן איבערלעבונג וואָס זי האָט באַשריבן אויף דער עדיטאָריאַל־זײַט פֿון דער „ניו־יאָרק טײַמס‟.
ראָזענבערג האָט נײַן יאָר לאַנג געוווינט אין לאַטײַן־אַמעריקע, מיט איר מאַן, ראָבערט וואַרעניק, אַ מענטשנרעכט־אַדוואָקאַט, און דרײַ טעכטערלעך. איר איבערלעבונג דאָרט האָט זי באַשריבן אין איר ערשט בוך, Children of Cain: Violence and the Violent in Latin America (1991) (קינס קינדער: די רציחות און די רוצחים אין לאַטײַן־אַמעריקע).
פֿאַר איר צווייטן בוך, The Haunted Land: Facing Europe’s Ghosts After Communism (1995) (דאָס פֿאַרפֿאָלגטע לאַנד: אייראָפּעס שאָטנס נאָכן קאָמוניזם), האָט זי פֿאַרדינט סײַ דעם פּוליצער־פּריז, סײַ דעם National Book Award.
הײַנט איז איר הויפּט־פּראָיעקט אָבער צו שרײַבן, און ווײַזן אַנדערע ווי צו שרײַבן, אַרטיקלען וואָס אַנאַליזירן געראָטענע געזעלשאַפֿטלעכע פּראָגראַמען. ס׳איז אָבער נישט קיין גרינגער ציל, ווײַל אַ סך רעפּאָרטערס און רעדאַקטאָרן מיינען נאָך אַלץ, אַז ס׳איז בעסער בלויז איבערצוגעבן די קאַלטע פֿאַקטן, ווי נעגאַטיוו זיי זאָלן נישט זײַן, איידער צו דערציילן וועגן הצלחהדיקע לייזונגען.
„צום באַדויערן — זאָגט ראָזענבערג — איז דער ציניזם בײַ אונדז זשורנאַליסטן אַ סך מער אָנגענומען.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.