בײַם עלטערן דור ייִדן, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן אין די 1920ער יאָרן אין מיזרח־אייראָפּע, געפֿינט זיך אַן אוצר. דאָס ווייסן אַלע; אָבער ווי קומט מען צו צו די אוצרות און ווי אַזוי מאַכט מען זיי באַקאַנט דער וועלט, פֿאַר דער געזעלשאַפֿט? בײַ אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ אין בלומינגטאָן, אינדיאַנע, וואָס ס‘האָט אָרגאַניזירט דער „אַהיים־פּראָיעקט‟ פֿונעם דאָרטיקן אינדיאַנע־אוניווערסיטעט, האָבן די אַקאַדעמיקער און קינסטלער באַטראַכט דעם ענין, ווי אויך אַנדערע פּראָבלעמען, וואָס שייך דער עטנאָגראַפֿיע פֿון עלטערע ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.
די קאָנפֿערענץ האָט אָפֿיציעל געהייסן — „לאָמיר גיין צום פֿאָלק: די ייִדן און דער עטנאָגראַפֿישער אימפּולס‟, און איז פֿאַרגעקומען דעם 17טן און 18טן פֿעברואַר מיט דער באַטייליקונג פֿון פֿאָרשער פֿון איבער גאַנץ אַמעריקע, ישׂראל און רוסלאַנד. אין 2012 איז געוואָרן 100 יאָר זינט ש. אַנ־סקיס ערשטע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע, און אין 2013 מערקט מען אָפּ 150 יאָר נאָך אַנ־סקיס געבוירן געוואָרן. זײַנע דערגרייכונגען האָבן אינספּירירט פּראָפֿ׳ דובֿ־בער קערלער און דזשעפֿרי ווײַדלינגער צו שאַפֿן דעם „אַהיים‟־פּראָיעקט, וואָס קען באַטראַכט ווערן ווי אַ המשך צו אַנ־סקיס עקספּעדיציעס. די „אַהיים‟־מאַנשאַפֿט איז במשך פֿון די לעצטע יאָרן אַרומגעפֿאָרן איבער די שטעט און שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע, רומעניע און מאָלדאָווע און רעקאָרדירט אויף ווידעאָ די געבליבענע ייִדיש־רעדערס אין די לענדער. אַ מוסטער פֿון זייער אַרבעט קען מען זען אויף זייער וועבזײַט:
די צוויי פֿאָרשטייער פֿון רוסלאַנד האָבן דערציילט וועגן זייערע אייגענע עקספּעדיציעס. פּראָפֿעסאָר וואַלערי דימשיץ פֿון פּעטערבורג האָט איבערגעגעבן די רעזולטאַטן פֿון זײַן פֿאָרשאַרבעט אין דער שטאָט מאָגילעוו־פּאָדאָלסק מכּוח אַן אינטערעסאַנטן פֿענאָמען — ייִדן וואָס פֿלעגן קיין מאָל נישט קומען אין שיל, גייען הײַנט רעגולער, יעדן טאָג. פֿאַר וואָס? דימשיץ איז זיך משער, אַז מע גייט, דער עיקר, צוליב אַ יאָרצײַט נאָך טאַטע־מאַמע, און מע וויל פֿאַרזיכערן, אַז זאָל זײַן אַ מנין. אַ טרונק וואָדקע און אַ שטיקל לעקעך נאָכן דאַוונען העלפֿט אויך צו. אַלכּסנדרה פּאָליאַן פֿונעם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט האָט אַנאַליזירט דעם באַניץ פֿון ייִדיש און לשון־קודש אין די ריטואַלן פֿון די ייִדן אין דער הײַנטיקער בוקעווינע און בעסעראַביע.
אַנדערע רעפֿערענטן האָבן איבערגעגעבן מוסטערן פֿון זייער עטנאָגראַפֿישער פֿעלד־אַרבעט. ד״ר דימיטרי סלעפּאָוויטש, למשל, האָט געוויזן זײַנע רעקאָרדירונגען פֿון זינגער אין ווײַס־רוסלאַנד. אין אָוונט, האָט ער פֿאָרגעשטעלט זײַן געראָטענע מולטי־מעדיאַ שפּיל „לאָמיר אַרומפֿאָרן איבערן ייִדישלאַנד‟, אין וועלכער זײַן קאַפּעליע „ליטוואַקוס‟ האָט געשפּילט אויף דער בינע מיטן גאַסט־זינגער מיישקע אַלפּערט, און אין דער זעלבער צײַט, האָט מען געזען אויף אַן עקראַן ווי עס זינגען די עלטערע ייִדישע זינגערס פֿון ווײַסרוסלאַנד, וועלכע ער האָט רעקאָרדירט.
אין דער סעסיע וועגן ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר האָט דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער געוויזן זײַן עטנאָגראַפֿישע אַרבעט צווישן די ייִדישע שרײַבער אין ישׂראל, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ גיט אַרויס אין אַ ווידעאָ־סעריע „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס‟. משה לעמסטער האָט גערעדט וועגן דעם בעסעראַבישן פֿאָלקלאָר אין דער הײַנטיקער מאָלדאָווע און געבאַכט עטלעכע באַטעמטע דוגמאָות.
אַ רושם האָט געמאַכט די פּרעזענטאַציע פֿון פּראָפֿ׳ כאַלינאַ גאָלדבערג. דעם טעקסטיל־מוזיי אין לאָדזש האָט זי געשאָנקען דאָס גאַנצע מעבל און אַלץ אין דער אַלטער דירה פֿון אירע טאַטע־מאַמע, נאָך דעם ווי זיי זענען געשטאָרבן. ניצנדיק די אָביעקטן, האָט מען געמאַכט אַן אויסשטעלונג וועגן די ייִדישע וועבערס פֿון באַלוט, די וועבער־געגנט אין לאָדזש. פֿאַר די הײַנטיקע פּאָליאַקן פֿון לאָדזש און גאַנץ פּוילן, האָט עס לעבעדיק געמאַכט די פֿאַרשוווּנדענע ייִדישע באַפֿעלקערונג, וואָס איז געווען אַזוי אינטעגראַל אַרײַנגעפּאַסט אין דער פּוילישער געזעלשאַפֿט פֿאַרן חורבן.
אַ דאַנק דער קאָנפֿערענץ האָבן די פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער עטנאָגראַפֿיע פֿון עטלעכע לענדער זיך באַקענט מיט דער אַרבעט פֿון זייערע קאָלעגעס, און דורך די קאַנטאַקטן וועט מען זיכער אַנטוויקלען נײַע פּראָיעקטן אויף דעם וויכטיקן פֿעלד, כּל־זמן מע קען נאָך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.