אין חודש פֿעברואַר האָט דער לאַנג־יאָריקער מיטאַרבעטער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ אלעזר קאַץ, אין עלטער פֿון 79 יאָר, זיך געזעגנט מיט אונדז, נאָכן אַרבעטן אַ האַלב־יאָרהונדערט ווי אַ זעצער און קאָרעקטאָר — „עס טוט מיר באַנג, וואָס איך דאַרף אַוועקגיין, ווײַל איך האָב דאָ געקענט אַרבעטן ביז 120, ווען איך זאָל דערלעבן‟.
פֿרײַנד קאַץ האָט אָנגעהויבן צו אַרבעטן אין דער צײַטונג אין אָקטאָבער 1962. דעמאָלט איז ער געווען בלויז איינער פֿון אַ גרויסער צאָל זעצערס, וועלכע האָבן אויסגעזעצט די צײַטונג מיט אַ טוץ שווערע לינאָטיפּ־מאַשינען אויפֿן 10טן גאָרן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟־בנין אויף איסט־בראָדוויי.
עטלעכע יאָר נאָך דעם ווי ער האָט אָנגעהויבן צו אַרבעטן אין „פֿאָרווערטס‟, איז דער זעצער וואָס האָט געוויינטלעך געזעצט דאָס ווערק פֿון יצחק באַשעוויס, געפֿאָרן אויף וואַקאַציע, האָט דער ׳פֿאָרמאַן׳ געבעטן בײַ קאַצן, ער זאָל דאָס טאָן אויף זײַן אָרט. האָט קאַץ באַמערקט אַ סטיליסטישן טעות אין זײַן כּתבֿ־יד און האָט אים אויסגעבעסערט. „אפֿשר ווען איך וואָלט געוווּסט צו יענער צײַט, אַז ער וועט ווערן אַ נאָבעל־פּריז געווינער וואָלט איך נישט געהאַט די חוצפּה דאָס צו טאָן‟, האָט ער געזאָגט. ווען באַשעוויס האָט געפֿרעגט, ווער עס האָט קאָרעגירט זײַן מאַנוסקריפּט, האָט מען אים צוגעפֿירט צו קאַצן. „פֿון וואַנען שטאַמסטו?‟ האָט באַשעוויס אים געפֿרעגט, און ער האָט געענטפֿערט — וואַרשע. „פֿון הײַנט אָן וועט איר זעצן מײַנע אַרטיקלען‟ האָט באַשעוויס אים געזאָגט, און אַזוי איז טאַקע געווען פֿאַר מער ווי צען יאָר.
קאַץ דערציילט, אַז ער האָט זיך ערשט גוט אויסגעלערנט ייִדיש אין דער וואַרשעווער געטאָ, ווען ער איז געווען 6 יאָר אַלט. זײַן שוועסטער איז דאָרטן אומגעקומען פֿון טיפֿוס; זײַן טאַטע איז אַראָפּגעשפּרונגען פֿון אַ באַן אויפֿן וועגן קיין מײַדאַניק און געקעמפֿט בײַ די פּאַרטיזאַנער. „ער איז געשטאָרבן באַלד נאָך דער מלחמה צוליב אַלץ וואָס ער האָט מיטגעמאַכט‟, האָט קאַץ דערציילט.
קאַץ און זײַן מאַמען האָט מען אַרויסגעשמוגלט פֿון דער געטאָ אין 1942 און ער האָט זיך אויסבאַהאַלטן אַליין אויף אַ פֿאַרם, און דערנאָך אין אַ קאָנווענט. נאָכן חורבן האָט ער געפֿונען די מאַמע און מיט איר זיך באַזעצט אין פּאַריז אין 1958, וווּ ער איז געוואָרן אַ מיטגליד פֿון „בונד‟ און אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער בונדישער צײַטונג „אונדזער שטימע‟. ווען ער איז אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק אין 1962 האָט ער צו ערשט געאַרבעט פֿאַר דער „מאָרגן פֿרײַהײַט‟, איידער ער איז געקומען אין „פֿאָרווערטס‟. במשך נאָך 14 יאָר האָט ער פֿאַרלאָזט זײַן אַרבעט ווי אַ זעצער, און געהאָלפֿן זײַן שוואָגער אין דער שמאַטע־בראַנזשע, איידער ער איז צוריקגעקומען אין „פֿאָרווערטס‟.
„ווען איך בין געווען נאָך אין פּאַריז‟, האָט ער זיך דערמאָנט, „האָב איך געזאָגט צו זיך — הלוואַי זאָל איך נאָר געקענט באַקומען אַ שטעלע אין ׳פֿאָרווערטס׳‟. און זײַן חלום איז מקוים געוואָרן אויף אַ לאַנגער צײַט.
די „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע ווינטשט פֿרײַנד קאַץ, וועלכער איז געווען אַן אינטעגראַלער מיטאַרבעטער אין אונדזער „פֿאָרווערטס־משפּחה‟, נאָך אַ סך געזונטע יאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.