יוגנט־סעמינאַר אין מאָסקווע

Teenage Retreat in Moscow

די באַטייליקטע פּלאַנירן, ווי אַזוי צו פּראַווען פּורים און פּסח מיט די אַנדערע יונגע לײַט אין זייערע היימשטעט
AVI CHAI
די באַטייליקטע פּלאַנירן, ווי אַזוי צו פּראַווען פּורים און פּסח מיט די אַנדערע יונגע לײַט אין זייערע היימשטעט

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published February 21, 2013.

אין פֿאַרגלײַך מיט די כּמעט פֿופֿציק יאָר, וואָס ס׳האָבן בכלל נישט עקזיסטירט קיין ייִדישע שולן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד (ס״פֿ), קאָן זיך דאַכטן, אַז דער הײַנטיקער מצבֿ דאָרט איז ממש אַ גן־עדן: איבער רוסלאַנד, אוקראַיִנע, מאָלדאָווע און אַזערבײַדזשאַן געפֿינען זיך צווישן 55 און 60 ייִדישע טאָגשולן און מיטלשולן, אַרײַנגערעכנט פֿיר אין מאָסקווע, דרײַ אין פּעטערבורג און צוויי אין אָדעס.

מאָטל גאָרדאָן פֿאַרווײַלט דעם יונגן עולם מיט לידער אויף ייִדיש
AVI CHAI
מאָטל גאָרדאָן פֿאַרווײַלט דעם יונגן עולם מיט לידער אויף ייִדיש

אַז מע גריבלט אָבער טיפֿער, זעט מען, אַז דער מצבֿ איז נישט אַזוי פֿויגלדיק. די תּלמידים לערנען זיך טאַקע ייִדישע לימודים, אָבער בלויז פֿינף שעה אַ וואָך — און אין דעם קורצן צײַט־אָפּשניט קוועטשט מען אַרײַן סײַ העברעיִש, סײַ לעקציעס וועגן ייִדישע יום־טובֿים און טראַדיציעס, סײַ אַ ביסל ליטעראַטור. דער פּועל־יוצא? אַ ייִדישע בילדונג — קוים אויפֿן שפּיץ מעסער.

דערצו קומען די תּלמידים פֿון אַסימילירטע היימען. די עלטערן, וועלכע זענען אַליין אויפֿגעוואַקסן אָן קיין שום ייִדישער דערציִונג, גייט אַ סך מער אין לעבן, אַז זייערע קינדער זאָלן זיך אויסטויגן אין מאַטעמאַטיק און פֿיזיק, איידער פּראַווען חנוכּה און פּסח. נישט קיין חידוש, וואָס 80% פֿון די ייִדן אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע האָבן הײַנט חתונה מיט נישט־ייִדן.

כּדי צו באַקעמפֿן די פּראָבלעם, האָט די „אַבֿי-חי־פֿונדאַציע‟, בשותּפֿות מיט דער „סוכנות‟ און דעם ישׂראלדיקן בילדונג־מיניסטעריום, די פֿאַרגאַנגענע וואָך צונויפֿגעבראַכט בערך 100 תּלמידים פֿון ייִדישע מיטלשולן איבערן געוועזענעם ס״פֿ אויף אַ 4־טאָגיקן סעמינאַר אין מאָסקווע — איינער פֿון דרײַ סעמינאַרן וואָס קומען פֿאָר יעדעס יאָר.

אַ גרופּע תּלמידים פֿירט אַ לעבעדיקע דיסקוסיע ערבֿ־שבת
AVI CHAI
אַ גרופּע תּלמידים פֿירט אַ לעבעדיקע דיסקוסיע ערבֿ־שבת

הגם דער נאָמען פֿונעם סעמינאַר איז אַן ענגלישער (JAM — די ראשי־תּיבֿות פֿון Jewish Active Madrichim), זענען אַלע אַקטיוויטעטן אָנגעפֿירט געוואָרן אויף רוסיש. פֿאַר וואָס אַן ענגלישער נאָמען? דוד ראָזענסאָן, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿונעם אָרטיקן צווײַג פֿון „אַבֿי־חי‟, האָט אַ גרינגן ענטפֿער: „די תּלמידים האָבן עס אַליין אויסגעטראַכט, און זיי האָבן שטאַרק ליב ענגליש.‟

די יונגע לײַט, וואָס זענען געווען צווישן 13 און 15 יאָר אַלט, האָט מען אויסגעקליבן, ווײַל זיי האָבן שוין אַרויסגעוויזן אַ ביסל אינטערעס צו ייִדישקייט. דער ציל פֿונעם סעמינאַר איז געווען אַ צוויי־פֿאַכיקער: ערשטנס, צו אינספּירירן זיי צו פֿאַרטיפֿן זייער אינטערעס אין די ייִדישע לימודים, און צווייטנס, צו טרענירן זיי ווי אַזוי אָנצופֿירן מיט ייִדישע אַקטיוויטעטן אין זייער היימשטאָט, און במילא ווערן אַ מוסטער פֿאַר די אַנדערע יונגע ייִדן דאָרט.

די באַטייליקטע זענען געקומען פֿון מאָסקווע, פּעטערבורג, קאַזאַן, קעשענעוו, קיִעוו און 10 אַנדערע שטעט פֿונעם געוועזענעם ס״פֿ.

„ס׳איז זייער וויכטיק, אַז די ייִדישע תּלמידים, וואָס ווײַזן אַרויס אַ שטיקל אינטערעס צו זייערע ייִדישע וואָרצלען, זאָלן האָבן אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט אַנדערע יונגע לײַט, און זיך טיילן מיט זייער וויסן און זייערע געדאַנקען,‟ האָט ראָזענסאָן געזאָגט.

פֿאַרשטייענדיק, אַז דער בעסטער אופֿן זיי צו אינספּירירן איז, אויסצוקלײַבן וואַרשטאַט־פֿירער פֿון זייער אייגענעם דור און הינטערגרונט, זענען די פֿירער אויפֿן סעמינאַר נישט געווען קיין רבנים, אָדער אויסלענדישע, ענגליש־רעדנדיקע מדריכים, נאָר יונגע רוסישע ייִדן אין די 20ער און 30ער.

אין איין וואַרשטאַט האָבן די תּלמידים זיך געטיילט מיט די געדאַנקען, ווי אַזוי צו פּרעזענטירן פּורים און פּסח פֿאַר די קינדער אין זייערע אייגענע קהילות. איין אײַנפֿאַל וואָס האָט אויסגענומען בײַ זיי איז, אַז בײַם לייענען פּורים די מגילה, זאָלן פֿאַרשידענע „אַקטיאָרן‟ אויסשפּילן די ראָלעס פֿון אסתּר, מרדכי און די אַנדערע העלדן. הגם מע וואָלט עס, פֿאַרשטייט זיך, געלייענט אויף רוסיש, האָט מען באַשלאָסן, אַז געוויסע וויכטיקע פּסוקים זאָל מען אויסרופֿן אויף לשון־קודש.

אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אַנדערע סעמינאַרן פֿאַר יונגע ייִדן איבער דער וועלט, וווּ ס׳ווערט געשטעלט דער טראָפּ אויף העברעיִש, מדינת־ישׂראל און רעליגיע, האָט JAM אויך אַרײַנגעבראַכט די ייִדישע שפּראַך און קולטור. מאָטל גאָרדאָן, אַ פּראָיעקט־דירעקטאָר בײַם ייִדישן קהילה־צענטער „יסוד‟ אין פּעטערבורג, וועלכער רעדט פֿליסיק ייִדיש, האָט אָנגעפֿירט מיט אַ מײַסטער־קלאַס פֿון ייִדיש געזאַנג, און אין אַ צווייטן וואַרשטאַט, האָט אַ גרופּע תּלמידים פֿון פּעטערבורג אָנגעשריבן און אויפֿגעפֿירט אַ סקיצע אויפֿן סמך פֿון שלום־עליכמס באַן־מעשׂיות.

דער JAM־סעמינאַר האָט טאַקע געמאַכט אַ גרויסן רושם אויף גאָרדאָנען. „זיי נעמען אַרײַן אַ סך תּוכן, וואָס האָט צו טאָן מיט דער אמתער ייִדישער קולטור, און זיי זענען ערנסט וועגן פֿרומקייט און ייִדישקייט,‟ האָט ער געזאָגט.

פֿאַר אַ טייל פֿון די תּלמידים איז דער סעמינאַר אויך געווען אַ געלעגנהייט צו זוכן ענטפֿערס פֿאַר זייערע פּערזענלעכע קשיות וועגן ייִדישקייט. איין מיידל, וואָס איר מאַמע איז אַ ייִדישע, און איר טאַטע — אַ מוסולמענער, האָט געפֿרעגט בײַ אַ מדריך, ווי אַזוי קען זי צונויפֿוועבן ביידע וועלטן, בפֿרט איצט, אַז די עלטערן האָבן זיך געגט? זי האָט דאָך ליב איר טאַטן און וויל אים נישט באַליידיקן.

„מע האָט איר געענטפֿערט, אַז ס׳איז, אַוודאי, וויכטיק, אַז די קינדער זאָלן אַרויסווײַזן דרך־ארץ פֿאַר מענטשן פֿון אַלע רעליגיעס און קולטורן, בפֿרט פֿונעם אייגענעם טאַטן,‟ האָט ראָזענסאָן באַמערקט. „אין דער זעלבער צײַט האָט מען איר אויך געזאָגט, אַז ס׳איז וויכטיק צו זײַן שטאָלץ מיט אירע ייִדישע וואָרצלען.‟

נישט געקוקט אויף דער פּאָזיטיווער שטימונג פֿון די סעמינאַרן, האָט ראָזענסאָן נישט קיין אילוזיעס. „מיר עפֿענען דערווײַל נישט קיין פֿלעשער שאַמפּאַניע,‟ האָט ער געזאָגט. „אַז מע נעמט אין באַטראַכט די 75־80 פּראָצענט געמישטע חתונות דאָ, פֿאַרשטייט מען אַליין, אַז מיר לויפֿן קעגן דעם זייגער.‟