מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט פֿ’ גענאַדי עסטרײַך אין זײַן רובריק אויסגעדריקט זײַן אַנטוישונג אין די הײַנטיקע חסידים, דער עיקר, אין די דאָזיקע, וואָס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דער חסידישער וועלט. מע טענהט שוין אַ סך יאָרן, אַז זיי זײַנען די גרויסע האָפֿענונג פֿאַר ייִדיש, אָבער פֿאַקטיש האָבן זיי ביז אַהער זייער ווייניק אויפֿגעטאָן. אַ מאָל, שרײַבט עסטרײַך, האָבן די אַנטלאָפֿענע חסידים געקענט געפֿינען אַ נײַע היים אין דעם וועלטלעכן ייִדישן סעקטאָר, האָבן זיי דאָרט געשאַפֿן אַ רײַכע ייִדישע ליטעראַטור און טעאַטער אאַז”וו. הײַנט איז אַזאַ סעקטאָר ניטאָ, ווערן זיי גלײַך „אַסימילירט” אין דער ענגליש־רעדנדיקער ייִדישער און ניט־ייִדישער סבֿיבֿה. דער נמשל איז קלאָר: די גאולה פֿאַר דער ייִדישער קולטור וועט ניט קומען פֿון די חסידים, איז הערט אויף שוין צו רעדן פֿון זיי.
בעצם בין איך מסכּים מיט פֿ’ עסטרײַך און איך פֿיל די זעלבע אַנטוישונג, נאָר פֿון דעסטוועגן, וויל איך אַ ביסל פֿאַרפּינקטלעכן און פֿאַרבעסערן דעם נעגאַטיוון אײַנדרוק פֿון זײַן באַשרײַבונג. וואָס וועט זײַן מיט די חסידים אין הונדערט יאָר אַרום, צי זייערע קהילות וועלן זיך אַזוי צעוואַקסן, אַז ייִדיש וועט נאָך אַ מאָל ווערן אַ שפּראַך פֿון מיליאָנען - וועגן דעם קען מען טאַקע האָבן ספֿקות. נאָר די מעגלעכקייט איז טאַקע דאָ, אַז ייִדיש וועט שפּילן אַ סך אַ גרעסערע ראָלע אין דער צוקונפֿט ווי הײַנט, פּשוט צוליב דעמאָגראַפֿישע סיבות. אמת, אַ טייל חסידים גייען אַריבער אויף ענגליש און עס קומען אין באַטראַכט אַזוי פֿיל סאָציאַלע פֿאַקטאָרן, אַז מע קען גאָרניט פֿאָרויסזאָגן - נאָר אויסשליסן קען מען עס אויך ניט.
אין דער אמתן האָבן מיר צו טאָן מיט צוויי באַזונדערע גרופּעס, וועלכע ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זיי זײַנען אַלע אויפֿגעוואַקסן אין דער פֿרומער וועלט, אונטערשיידן זיי זיך סאָציאָלאָגיש איינע פֿון דער צווייטער זייער שטאַרק. די ערשטע גרופּע, די „אַנטלאָפֿענע”, האָבן ווען עס איז באַשלאָסן איבערצולאָזן דעם פֿרומען לעבנס־שטייגער און צו ווערן מאָדערנע מענטשן. דאָס הייסט ניט דווקא, אַז זיי רײַסן איבער זייער גאַנצע פֿאַרבינדונג מיט ייִדישקייט אָדער מיט זייערע משפּחות, אָבער דער עיקר איז פֿאָרט, אַז זיי לעבן ניט מער אין דער חסידישער קהילה — אינעם „שמאַלץ”, ווי מע זאָגט. זיי לעבן צווישן ניט־חסידים, בײַ וועמען די ייִדישע שפּראַך האָט כּמעט ניט קיין פּראַקטישע ווערט.
ווײַל די „אַנטלאָפֿענע” זײַנען הינטערשטעליק אין זייער אַלגעמיינער דערציִונג, האָבן זיי אָפֿט אַ געוואַלדיקן חשק זיך צו באַקענען מיט דער ניט־ייִדישער קולטור, זיך צו לערנען, צו גיין אין קאָלעדזש. כּדי צו ווערן זעלבשטענדיקע מענטשן (די משפּחה העלפֿט זיי ניט), דאַרפֿן זיי באַלד געפֿינען פּרנסה, אַ געהעריקע אַרבעט. די דאָזיקע אומשטאַנדן מאַכן זייער שווער אויפֿצוהאַלטן די פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער שפּראַך, אַפֿילו פֿאַר אַזעלכע וואָס דער פּערזענלעכער איבערבראָך האָט בײַ זיי ניט איבערגעלאָזט אַ ביטערן טעם אין מויל. ייִדיש נעמען זיי אויף, ווי אַ נאָכשלעפּעניש פֿון יענער סבֿיבֿה, פֿון וועלכער זיי ווילן אַנטלויפֿן. איז ניט קיין חידוש, וואָס אַ סך אַנטלאָפֿענע רעדן ענגליש צווישן זיך (ווי מע זעט בײַ די „פֿוסטריט”־טרעפֿונגען), כאָטש ענגליש איז זייער צווייטע שפּראַך. אַ טייל האָבן זיך אַזוי צוגעוווינט צו רעדן נאָר ענגליש, אַז ייִדיש האָבן זיי כּמעט ווי פֿאַרגעסן.
די צווייטע גרופּע, די „געבליבענע”, איז פֿון אַן אַנדער סאָרט אין גאַנצן. ווי קריטיש זיי זאָלן ניט זײַן לגבי געוויסע אַספּעקטן פֿונעם חסידישן לעבן - און אַ טייל זײַנען ניט קריטיש בכלל - האָבן זיי באַשלאָסן צו בלײַבן אין דער קהילה. עס זײַנען דאָ גענוג זאַכן, וואָס זיי האָבן ליב: די שׂימחות און ימים־טובֿים, די חתונות, די טישן און די זמירות און ניגונים - אַפֿילו דאָס דאַוונען. ס’איז דאָ גענוג פֿאָרשונגען, וואָס ווײַזן, אַז די פֿרומע ייִדן זײַנען מער צופֿרידן מיטן לעבן ווי די ניט־פֿרומע, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זיי זײַנען, בדרך־כּלל, אָרעמער. דאָס וואָס אַלע שכנים גלייבן אין רוחות - נו, ס’רובֿ גויים גלייבן אויך אין רוחות.
אַפֿילו די וואָס זײַנען באמת ניט צופֿרידן מיטן פֿרומען לעבנס־שטייגער האָבן זייער אַ גוטע סיבה צו בלײַבן אין דער היים - די משפּחה. עס זײַנען דאָ אַנטלאָפֿענע, וואָס איך קען, וואָס מע לאָזט זיי ניט רעדן מיט די אייגענע קינדער. די אַנדערע האָט מען פֿאַרשיקט קיין ישׂראל אָדער ערגעץ אַנדערש־וווּ, כּדי זיי זאָלן זיך דאָרט „אויסניכטערן”. עס איז אויך דאָ אַ קאַטעגאָריע, וואָס האָבן ניט געקענט געפֿינען אַ דאַך איבערן קאָפּ און זײַנען געוואָרן ממש היימלאָזע.
ס׳איז ניט גרינג צו מאַכן דעם חשבון: אַנטלויפֿן אָדער בלײַבן? בין איך טאַקע חושד, אַז די צאָל חסידים, וואָס קוקן אַרײַן ניט נאָר אין די ספֿרים, רעכנט זיך אין די הויכע טויזנטער. און ווער זאָגט, אַז מע קען ניט זײַן אַן אמתער פֿרומער, אַ חסיד מיט די ביינער, און אויך הנאָה האָבן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און פֿון איר זיך לערנען מענטשלעכקייט און פֿאַרשטאַנד? עס זײַנען דאָ „געבליבענע”, וואָס האָבן באמת ליב די ייִדישע שפּראַך און די ייִדישע ליטעראַטור - איז פֿאַר וואָס זאָלן זיי פֿאַרלאָזן די איינציקע קהילה, וווּ די שפּראַך לעבט? אמת, בײַ זיי אויף די פּאָליצעס וועט מען ניט זען קיין ראָמאַנען, אָבער ערגעץ אין אַ שאַפֿע אָדער אין אַ געוויסן שופֿלאָד, וווּ די קינדער וועלן ניט אַרײַנקריכן - דאָרט ליגט אַן אינטערעסאַנטע סחורה.
פֿ’ עסטרײַך איז גערעכט, אַז, מע קען זיך ניט ריכטן אויף קיין גרויסן אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער קולטור צווישן די אַנטלאָפֿענע - צום באַדויערן. אָבער פֿון די געבליבענע קען מען יאָ האָפֿן, אַז עפּעס רעכטס וועט פֿון זיי אַרויסקומען, ווײַל זיי האָבן אָפֿענע קעפּ און האָבן פֿאָרט ניט קיין נעגאַטיווע באַציִונג צו ייִדישקייט און צו ייִדיש. עס זײַנען שוין פֿאַראַן עטלעכע גוטע חסידישע שרײַבערס, ווי די בלאָג־שרײַבערס פֿון „אידיש מיט אַן א” אָדער ר’ קטלא קניא, למשל.
עס פֿרעגט זיך, וואָס איז די ראָלע פֿון אונדזער קליינעם קרײַז ייִדישיסטן אין דער דאָזיקער סיטואַציע? צי זאָלן מיר אַראָפּרײַסן די חסידישע קולטור, זיי זאָגן מוסר מיט טענות צו זייער גראַמאַטיק און אָרטאָגראַפֿיע? צי דאַרפֿן מיר אויסדריקן אונדזער אַנטוישונג אין זייערע אַנטלאָפֿענע, וואָס ווילן בעסער גיין אין קאָלעדזש און ווערן זעלבשטענדיקע מענטשן, איידער צו שרײַבן ייִדישע ליטעראַטור? עס דאַכט זיך מיר, אַז די אויפֿגאַבע פֿון די ייִדישיסטן איז ניט צו שטיין אין אַ זײַט און זוכן חסרונות, נאָר אַרויסהעלפֿן די דאָזיקע צוויי גרופּעס, אין וועלכע עס ווענדט זיך מסתּמא די צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער קולטור. די געבליבענע דאַרפֿן געפֿינען אַן אייגענעם וועג צו שרײַבן און טראַכטן פֿאַר זיך אַליין אין אַ פֿאַרמאַכטער געזעלשאַפֿט, אַזוי אַז אָט די געזעלשאַפֿט זאָל צו ביסלעך ווערן ווייניקער פֿאַרמאַכט. דאַכט זיך, אַז זיי זײַנען שוין אויף אַ דרך.
אונדזער אמתע אַרבעט וואָלט אָבער געדאַרפֿט זײַן מיט די „אַנטלאָפֿענע”. ס’איז אַן אמתע טראַגעדיע, אַז די דאָזיקע מענטשן פֿילן, אַז זיי מוזן פֿאַרגעסן אין דער אייגענער שפּראַך און קולטור, כּדי צו ווערן מאָדערן. אַפֿילו אויב מע וויל ניט זײַן אַ חסידישער ייִד, דאַרף מען ניט אַוועקוואַרפֿן ייִדישקייט און ייִדיש אויף צו להכעיס - האַק און פּאַק. מיר האָבן דאָך אַ לאַנגע און בכּבֿודיקע טראַדיציע פֿון ייִדישע אַפּיקורסים - אַ גרעסערע, ווי בײַ אַנדערע פֿעלקער. מיר וואָלטן געדאַרפֿט שאַפֿן פֿאַר די „אַנטלאָפֿענע” די געהעריקע מיטלען, כּדי אָפּצוהיטן די אַספּעקטן פֿון זייער קולטור, וואָס זײַנען ווערט מע זאָל זיי ניט פֿאַרגעסן, אַרײַנגערעכנט די ייִדישע שפּראַך.
נאָר ביז אַהער האָבן מיר זייער ווייניק געטאָן. ווען איך ברענג די „אַנטלאָפֿענע” אַרײַן אין אַ ייִדישער אָרגאַניזאַציע, כּדי זיי זאָלן דאָרט קריגן עפּעס אַן אַרבעט אָדער אַן עצה, וואַרפֿט מען זיי גלײַך אָפּ - עפּעס וויל מען ניט האָבן צו טאָן מיט זיי. דאָס זײַנען געוויינטלעך פֿעיִקע, קלוגע מענטשן, וואָס האָבן אָפֿט כּמעט ריזיקירט מיטן לעבן, כּדי צו זײַן פֿרײַ. זיי קענען זײַן אַ גרויס געווינס פֿאַר דער ייִדישער קולטור און פֿאַר אונדזערע קליינע אָרגאַניזאַציעס - אויב מיר וועלן פֿאַר זיי שאַפֿן אַן אָרט. זיי זײַנען טאַקע אונדזערע מענטשן, פֿון זייער שטאָף זײַנען געקומען באַשעוויס און גראַדע און אַזוי פֿיל אַנדערע - מוזן מיר זיי צוציִען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.