דער ישׂראלדיקער שרײַבער יוסי קליין הלוי האָט צעטיילט ייִדן אויף צוויי מחנות: “פּסחדיקע ייִדן” און “פּורימדיקע ייִדן”. פּסחדיקע ייִדן געדענקען שטענדיק וועגן דעם יציאת-מצרים, זיי פֿאַרגעסט ניט וועגן דער אייגענער שקלאַפֿערײַ, צי דער שקלאַפֿערײַ פֿון זייערע אָבֿות. און דאָס באַפֿאַרבט זייער באַציִונג — בדרך-כּלל אַ פֿרײַנדלעכע — צו אַנדערע פֿעלקער און סאָציאַלע גרופּעס. מיט פּורימדיקע ייִדן איז אַנדערש. זיי טראָגן אין זיך די טראַוומע פֿון דער קאָלעקטיווער, כּלל-ישׂראלדיקער געפֿאַר. פֿאַר זיי איז וויכטיק צו פֿאַרטיידיקן די ייִדישע מדינה און ייִדן בכלל. אַלע איבעריקע זאַכן זײַנען פֿאַר זיי צווייטראַנגיק.
אידעאָלאָגיש בין איך, בלי-ספֿק, מער אַ פּסחדיקער ייִד. אָבער פֿון פּורים האַלט פֿון קינדווײַז אָן, צוליב די המן-טאַשן. איך האָב ליב נאָר אַזעלכע המן־טאַשן, וואָס זײַנען מיט מאָן. וואָס שייך אַנדערע, קוק איך אַפֿילו ניט אין זייער זײַט. אויב מע מאַכט עס אָן מאָן, הייסט עס, לויט מײַן טעם נאָך, פּשוט צו פּטרן טייג. אמת, צו פֿיל מאָן איז אויך שלעכט. אַלץ מוז האָבן אַ מאָס, בעסער די מאָס, וואָס מײַן מאַמע האָט געהאַט. אין ברײַטאָן-ביטש, וווּ איך וווין, קען מען קויפֿן טאָג-אײַן טאָג-אויס המן-טאַשן, אייניקע פֿון זיי זײַנען זייער געראָטענע, אַזוי אַז איך מאַך זיך אַ פּורים כּמעט יעדע וואָך. בפֿרט נאָך, אַז קיין אַנדער אינהאַלט, אַ חוץ דעם קולינאַרן, האָט בײַ אונדז פּורים ניט געהאַט.
פֿון קינדווײַז אָן געדענק איך אויך דאָס ווערטל: “פּורים איז קיין יום-טובֿ ניט און קדחת איז ניט קיין קרענק”. איך האָב זיך דערמאָנט וועגן דעם ווערטל בײַם לייענען זכרונות פֿון חיים ווײַצמאַנען. אויף דעם בוך האָב איך זיך אָנגעשטויסן אין דער מאָסקווער ביבליאָטעק פֿון אויסלענדישער ליטעראַטור. און דאָס איז געווען זייער מאָדנע: אין דעם סאַמע ברען פֿון דער סאָוועטישער אַנטי-ציוניסטישער קאַמפּאַניע האָט מען, אַ פּנים, פֿאַרגעסן אַרויסצונעמען פֿון דער אַלעמען צוטריטלעכער קאָלעקציע דאָס בוך פֿון דעם ערשטן נשׂיא. אמת, צוטריטלעך איז עס געווען נאָך אין אַ דײַטשישער איבערזעצונג, און דײַטש האָט מען געלייענט אַ סך ווייניקער ווי ענגליש.
איך דערמאָן דאָס בוך, ווײַל דאָרטן דערציילט ווײַצמאַן ווי ער האָט געהאָלפֿן איינעם אַ מאַנצביל צו קריגן אַן אַרבעט אין אייראָפּע, מיינענדיק, אַז דער מענטש איז אַ ייִד. ווײַצמאַן האָט אַזוי באַשלאָסן, ווײַל דער דאָזיקע מאַנצביל, וואָס איז אין דער אמתן געווען אַ קריסט, האָט גערעדט ייִדיש, גלײַך ווי דאָס איז געווען זײַן מאַמע-לשון. אָבער אויף פּורים איז ער דורכגעפֿאַלן, ווײַל, כאָטש ער איז אויסגעוואַקסן צווישן ייִדן, האָט ער ניט געוווּסט אַלע פּרטים. האָט ער באַשלאָסן, אַז ווי אַ “ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר”, האָט ער ניט געטאָרט אַרבעטן אין דעם טאָג…
אַן אינהאַלט האָט בײַ מיר פּורים באַקומען, ווען מיר זײַנען שוין געווען “רעפֿיוזניקס”. דעמאָלט פֿלעגן מיר צו מאָל גיין צו קוקן די אַמאַטאָרישע פּורים-שפּילן, וועלכע מע האָט געוויזן אין מאָסקווע. די רייד גייט, פֿאַרשטייט זיך, ניט וועגן קיין טעאַטער, נאָר וועגן פּריוואַטע דירות. איין מאָל איז עס, אויף וויפֿל איך געדענק, געווען אַ ליאַלקע-פֿאָרשטעלונג. די טעמע האָט זיך תּמיד געדרייט אַרום עמיגראַציע. און די סאָוועטישע מאַכט פֿלעגט מען געשמאַק אויסלאַכן,
איך געדענק אויך, אַז אין עפּעס אַ יאָר האָט מען געסטראַשעט צו אַרעסטירן די פּורים-שפּילער. דערפֿאַר איז געווען אײַנגעפֿירט אַ שטיקל קאָנספּיראַציע-סכעמע: קודם-כּל, איז מען געפֿאָרן צו דער שיל, וואָס איז געווען אויף דער אַרכיפּאָוו-גאַס (הײַנט הייסט עס, דאַכט זיך, אַנדערש), און נאָר דאָרטן האָט מען געקענט באַקומען דעם אַדרעס פֿון דער דירה, אין אַן אַנדער עק מאָסקווע, וווּ די פּורים-שפּילער פֿלעגן מאַכן עפּעס אַ צאָל פֿאָרשטעלונגען, ווײַל די דירה האָט ניט דערלויבט אַרײַנצולאָזן מער פֿון אַ פּאָר צענדליק לײַט. די קאָנספּיראַציע איז געווען אַ קינדערשע, ווײַל לעבן דעם בנין, וווּ מע האָט געשפּילט, האָבן זיך געדרייט סײַ פּאָליציאַנטן סײַ “מענטשן פֿון די דרײַ אותיות”, דאָס הייסט פֿון דעם “קיי-דזשי-בי”. אָבער איך געדענקט ניט, עס זאָל באמת שרעקן עמעצן. פֿאָרט איז עס געווען אַ יום-טובֿ, בפֿרט נאָך, אַז מע האָט געהאַלטן אַ וועלט פֿונעם מינהג צו שיכּורן אויף פּורים.
מיר האָט זיך ניט פֿאַרגעדענקט, מע זאָל טאַקע אַרעסטירן די אַקטיאָרן-ליבהאָבער אָדער די געסט. אפֿשר איז אַזוינס ערגעץ געשען, כאָטש אין דער ליטעראַטור וועגן “מאָסקווער פּורים-שפּילן” (אַגבֿ, אַזוי האָב איך אָנגערופֿן מײַן ביכל דערציילונגען, וואָס איז אַרויס מיט אַ היפּש ביסל יאָר צוריק) זײַנען קיין רדיפֿות פֿון אַזאַ סאָרט ניט דערמאָנט געוואָרן. די פּורים-שפּילן האָבן, בלי-ספֿק, אָפּגעשפּילט עפּעס אַ ראָלע אינעם שאַפֿן אַן אייגנאַרטיקן גײַסטיקן קלימאַט אין דער ייִדישער סבֿיבֿה, וועלכע איז ניט געווען צופֿרידן מיטן סאָוועטישן לעבן.
אַ חוץ מאָסקווע, האָט מען אַזעלכע פֿאָרשטעלונגען געמאַכט אין לענינגראַד, ריגע און אַנדערע שטעט. אייניקע טעקסטן פֿון די שפּילן האָבן זיך אָפּגעהיט. לויט דער פֿאָרעם האָבן זיי ווייניק געהאַט צו טאָן מיט טראַדיציאָנעלע פּורים-שפּילן. די פֿאָרעם האָט מען גענומען פֿון סטודענטישע הומאָריסטישע פֿאָרשטעלונגען, וועלכע זײַנען אין יענע יאָרן געווען זייער פּאָפּולער.
דעמאָלט פֿלעגן מיר צו מאָל גיין צו קוקן די אַמאַטאָרישע פּורים-שפּילן, וועלכע מע האָט געוויזן אין מאָסקווע. די רייד גייט, פֿאַרשטייט זיך, ניט וועגן קיין טעאַטער, נאָר וועגן פּריוואַטע דירות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.