אָנגעהויבן האָט זיך עס אַלץ כּמעט ווי אַ חכמה – יעדנפֿאַלס, האָב איך עס אַזוי אויפֿגענומען מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, ווען מיך האָט מען פֿאַרבעטן צו באַטייליקן זיך אין אַ קאָנפֿערענץ, געווידמעט דעם 400־יאָריקן יובֿל פֿון דער רוסישער צאַרישער דינאַסטיע. וווּ בין איך און וווּ זײַנען די ראָמאַנאָווס? אָבער איך האָב אַ טראַכט געטאָן און באַשלאָסן, אַז כ’וועל זיכער אָנקלײַבן עפּעס אַ סחורה אין די נומערן פֿון „פֿאָרווערטס”, וועלכע זײַנען אַרויס אין 1913, ווען מע האָט געפֿײַערט דעם 300־יאָריקן יובֿל. אַזוי איז עס טאַקע געווען, דער „פֿאָרווערטס” האָט מיך ניט אונטערגעפֿירט.
די קאָנפֿערענץ האָט מען דורכגעפֿירט אין דעם קאָלומביע-אוניווערסיטעט, און דער עולם האָט זיך צונויפֿגעקליבן אַ היפּשער. אַ חוץ די אָנטיילנעמער, וואָס זײַנען געקומען פֿון פֿאַרשיידענע אַמעריקאַנער ווינקלען (איך האָב זיך געשלעפּט אַזש פֿון ברײַטאָן-ביטש) און פֿון רוסלאַנד, האָבן דעם זאַל אָנגעפֿילט צענדליקער לײַט, בײַ וועלכע די דאָזיקע טעמע האָט אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס. איך האָב דערוואַרט, אַז עמעצער וועט אַרויסטרעטן פֿון דעם מאָנאַרכיסטישן צד, אָבער אַזוינס האָט זיך אין משך פֿון די אַלע דרײַ טעג, וויפֿל ס’איז אָנגעגאַנגען די קאָנפֿערענץ, ניט געשען. די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן מיר געזאָגט, אַז זיי האָבן אויך מורא געהאַט צו האָבן פּאָליטיזירטע אַרויסטרעטונגען און זײַנען געווען צופֿרידן מיטן געזונטן קלימאַט, וואָס האָט געהערשט אין די רעפֿעראַטן, פֿראַגעס און קאָמענטאַרן.
בעת אַ הפֿסקה האָב איך געהאַט די זכיה זיך דורכצושמועסן מיט מײַקל (מיכאַיִל) ראָמאַנאָוו, וואָס איז אַן אייניקל פֿון דמיטרי ראָמאַנאָוו — אַ שוועסטערקינד פֿון דעם לעצטן רוסישן צאַר ניקאָלײַ דעם צווייטן. דמיטרי האָט זיך אין 1916 באַטייליקט אין הרגענען ראַספּוטינען, דעם פֿאַוואָריט פֿון דער פּסיכיש ניט-סטאַבילער אימפּעריאַטריצע, און צוליב דעם האָט מען אים אַרויסגעשיקט פֿון רוסלאַנד, קיין פּערסיע. די דאָזיקע פֿאַרשיקונג האָט געראַטעוועט זײַן לעבן, ווײַל בעת דער רעוואָלוציע איז ער שוין געווען מחוץ רוסלאַנד.
מע דערציילט, אַז אַלעקסאַנדר פּושקין האָט אַ מאָל, מיט אַ פּאָר הונדערט יאָר צוריק, אילוסטרירט די פֿאַרבינדונג פֿון די ראָמאַנאָווס, שוין דעמאָלט מער דײַטשן, מיטן רוסישן פֿאָלק, ווײַזנדיק ווי אַ טראָפּן ווײַן צעגייט זיך אין אַ גלאָז, אָנגעפֿילט מיט וואַסער. הײַנט-צו-טאָג וואָלט אַפֿילו אַזאַ אילוסטראַציע אויסגעזען ווי אַ גוזמא. בײַ מײַקל ראָמאַנאָוון זײַנען סײַ די באָבע סײַ די מוטער געווען ניט קיין רוסישע. און קיין רוסיש, אַחוץ עטלעכע ווערטער, קען ער אויך ניט, כאָטש ער איז אַקטיוו אין דעם גאַנצן ראָמאַנאָוו-ענין, אין די אינטריגעס, וועמען צו אָנערקענען ווי די איצטיקע „הויפּט-פֿיגור” אין דער דינאַסטיע.
ווי איר פֿאַרשטייט, האָב איך קיין שום סאַנטימענטן ניט אין שײַכות מיט אָט דער דינאַסטיע. און דאָך, מיין איך, וואָלט די וועלט אויסגעזען אפֿשר בעסער, אויב עפּעס אַ ראָמאַנאָוו וואָלט הײַנט טאַקע געטראָגן דעם טיטל פֿונעם רוסישן צאַר און געשפּילט אַזאַ זייף-אָפּערעטישע ראָלע, ווי עס שפּילן די מלכותדיקע משפּחות אין אַ צאָל אייראָפּעיִשע לענדער; ווײַל דאָס וואָלט געמיינט, אַז קיין רעוואָלוציע איז אין רוסלאַנד ניט געווען און דער סטאַליניזם האָט ניט געווילדעוועט אין לאַנד. אָבער די געשיכטע האָט ניט אויסגעקליבן אַזאַ רעלאַטיוו רויִקן דרך, ווײַל די ראָמאַנאָווס און זייער אַרום זײַנען געוואַלדיק אָפּגעשטאַנען פֿונעם דראַנג פֿון דער געשיכטע, זײַנען ניט ביכולת געווען זיך צופּאַסן צו דער רעאַלקייט.
* * *
דעם דורכפֿאַל פֿון ראָמאַנאָווס רוסלאַנד פֿילט מען הײַנט זייער שטאַרק, כאָטש זינט דעם 15טן מאַרץ 1917, ווען ניקאָלײַ דער ערשטער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿונעם טראָן, זײַנען שוין אַדורך 96 יאָר. אין אַכט חדשים אַרום נאָכן סוף פֿון דער מאָנאַרכיע איז געקומען אַ נײַע איבערקערעניש, די באָלשעוויסטישע ווילדקייט. עס האָט זיך געשאַפֿן אַ סיסטעם, וואָס האָט געהאַלטן אין איין אויסרייניקן פֿונעם פֿאָלק אַקטיווע, אומאָפּהענגיק-טראַכטנדיקע לײַט. די רעוואָלוציע האָט תּחילת געבראַכט צו דער מאַכט אַ גרופּע מענטשן, וועלכע זײַנען געווען געטרײַ דעם לעניניסטישן נוסח פֿון מאַרקסיזם. אָבער שפּעטער זײַנען דעם רעזשים שוין ניט אַזוי נייטיק געווען געטרײַע קאָמוניסטן; דער רעזשים האָט געוואָלט איבערלאָזן נאָר אַזעלכע לײַט, וועלכע זײַנען געווען קודם-כּל געטרײַ דעם פֿירער, סטאַלינען, און שוין דערנאָך דער קאָמוניסטישער אידעע.
דאָך, האָט מען אַלע אומאָפּהענגיק טראַכטנדיקע לײַט אין די סאָוועטישע צײַטן ניט אויסגעהרגעט. צווישן די ניצול-געוואָרענע זײַנען געווען אַ סך ניט-רוסן. מיר שײַנט, אַז דער חלק פֿון ניט-רוסן, ייִדן בתוכם, צווישן די אומאָפּהענגיק טראַכנדיקע איז געווען גרעסער. דאָ איז ניט קיין אָרט צו רעדן וועגן די סיבות, און איך בין גאָר ניט זיכער, אַז איך פֿאַרשטיי ריכטיק די דאָזיקע סיבות. אַזוי אַז איך וועל בעסער מאַכן אַ שווײַג. אָבער די רעאַלקייט גיט אונדז בולטע באַווײַזן פֿון אַזאַ דיסבאַלאַנס, וועלכער מאַכט משוגע די רוסישע נאַציאָנאַליסטן.
אָט האָט מען אַנומלטן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿרישע רשימה פֿון רוסישע ביליאָנערן (אין דאָלאַרן, ניט אין קערבלעך). די רייד גייט וועגן 131 נפֿשות, וואָס האָבן בסך-הכּל בערך 450 ביליאָן דאָלאַר. עס וואַרפֿן זיך אין די אויגן ייִדיש-קלינגענדיקע נעמען: וועקסעלבערג, פֿרידמאַן, אַבראַמאָוויטש, מאָשקאָוויטש, מינץ, ראָטענבערג וכ´. איך בין גאָר ניט זיכער, צי זיי זײַנען אַלע “גאַנצע” ייִדן אָדער זיי האָבן ניט-ייִדישע מאַמעס. אָבער קיין “ריין רוסישע” זײַנען זיי זיכער ניט. נאָך גרעסער איז די צאָל ניט רוסישע נעמען, וואָס קלינגען אַזיאַטיש צי קאַווקאַזיש. אַ סבֿרא, אַז דאָס איז אַ פֿאַרשפּעטיקטער עכאָ פֿון דער סאָציאַלער איבערקערעניש, וואָס איז געשען מיט 96 יאָר צוריק.
און נאָך איין אינטערעסאַנטער פֿענאָמען פֿון דער איצטיקער צײַט, דהײַנו: מענטשן גרויסן זיך מיט זייערע ייִדישע אָבֿות, בערך אַזוי ווי מע גרויסט זיך מיט אַריסטאָקראַטישע זיידעס און באָבעס. מע רעדט וועגן דעם אָפֿט מאָל אין אינטערוויונען, אַפֿילו ווען מע פֿרעגט בײַ זיי ניט וועגן דער קאָמפּאָזיציע פֿון זייער בלוט. גלײַך ווי אַ ייִדישער ייִחוס מאַכט זייער בלוט “בלויער”, ווײַזט אַז זיי געהערן צו די ניצול-געוואָרענע אומאָפּהענגיק טראַכטנדיקע לײַט, וועלכע האָבן געהאַט הצלחה אין די נאָך-סאָוועטישע באַדינגונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.