דער מאָסקװער פֿאַרלאַג ״קניזשניקי״ (״סופֿרים״) לאָזט יעדעס יאָר אַרױס עטלעכע סעריעס ביכער אױף ייִדישער טעמאַטיק. ביז לעצטנס האָבן די איבערזעצונגען פֿון ייִדיש געהערט צו דער אַלגעמײנער בעלעטריסטישער סעריע ״פּראָזע פֿונעם ייִדישן לעבן״. אָבער מיט אַ יאָר צוריק האָט מען פֿאַר זײ געשאַפֿן אַן אײגענע הײם מיטן נאָמען ״די בלאָנדזשענדע שטערן״. אין דער דאָזיקער סעריע זײַנען שױן אַרױס די װערק פֿון דוד בערגעלסאָן, זלמן שניאור, שלום־עליכם, י. י. זינגער, יצחק באַשעװיס, חיים גראַדע. אַלע איבערזעצונגען זײַנען שפּאָגל–נײַע, חוץ בערגעלסאָנס ״נאָך אַלעמען״, װאָס איז אַרױס אין דער װײניק-באַקאַנטער איבערזעצונג פֿון סאָפֿיאַ דובנאָװ־ערליך.
הײַנט צו טאָג װערן אױף רוסיש געדרוקט מער איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, אײדער אױף אַנדערע שפּראַכן. דאָס איז אַ פּועל־יוצא פֿון צװײ כּוחות׃ פֿון דער ענטוזיאַסטישער שטיצע מצד דעם פֿאַרלאַג און זײַן הױפּט־רעדאַקטאָר ברוך גאָרין, און פֿון די באַמיִונגען פֿון איבערגעגעבענע איבערזעצער. אײניקע פֿון זײ האָבן ספּעציעל אױסגעלערנט ייִדיש, כּדי איבערצוזעצן ייִדישע ליטעראַטור. איז מה נישתּנה, מיט װאָס איז ייִדיש אַנדערש פֿון אַנדערע שפּראַכן?
אױף דער דאָזיקער פֿראַגע ענטפֿערט װאַלערי דימשיץ, אַ ייִדישער קולטור–פֿאָרשער און איבערזעצער פֿון פּעטערבורג׃ ״מיט ייִדיש האָט מען אַ פֿולקומע פֿרײַהײט װאָס שײַך אױסקלײַבן די טעקסטן. די סאַמע גרעסטע שרײַבער זײַנען נאָך ניט איבערגעזעצט געוואָרן אױף רוסיש. מען קאָן אױסקלײַבן ניט בלױז אײנצלנע ביכער, נאָר אַפֿילו גאַנצע מחברים, אַבי מען האָט חשק און בקיאות פֿאַר איבערזעצן.״ דימשיץ אַלײן האָט אָנגעהױבן זײַן איבערזעצערישע קאַריערע אינעם חדר פֿון אָלגאַ לינעצקאַיאַ, דער באַקאַנטער רוסישער איבערזעצערין פֿון פֿראַנצױזיש. זי האָט געשטעלט אויף די פֿיס דרײַ דורות לענינגראַדער איבערזעצער. אין 1988 האָט זיך דימשיץ צופֿעליק אָנגעשטױסן אין די אַלטע פּורימשפּילן, װאָס זײַנען אַ מאָל פֿאַרשריבן געװאָרן דורך משה בערעגאָװסקין, דעם באַרימטן סאָװעטישן ייִדישן פֿאָלקלאָריסט. דימשיץ דערצײלט׃ ״איך האָב פּלוצעם דערזען אַן ערשט–קלאַסישן שריפֿט־דענקמאָל, װאָס האָט געהערט צו דער אײראָפּעיִשער ליטעראַרישער טראַדיציע, אָבער דערבײַ איז ער געװען גאַנץ אײגנאַרטיק. הקיצור, דאָס איז געװען אַ ליבע פֿונעם ערשטן בליק, און איך האָב זיך געמוזט נעמען פֿאַרן אױסלערנען ייִדיש.״
דורך ייִדיש האָט דימשיץ אַנטדעקט פֿאַר זיך די גאַנצע װעלט פֿון ייִדישער געשיכטע, פֿאָלקלאָר, עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקסקונסט. אין 1989 איז ער צום ערשטן מאָל געפֿאָרן מיט אַ ייִדישער עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע קײן פּאָדאָליע׃ ״איך האָב נאָך געטראָפֿן שטעטלעך, װוּ מען האָט גערעדט ייִדיש, מען האָט אױף ייִדיש געשפּילט דאָמינאָ און געקױפֿט זעלצער־װאַסער. און אַפֿילו אײדער איך האָב מיט טאָלק אױסגעלערנט ייִדיש, איז ייִדישלאַנד פֿאַר מיר מער ניט געװען קײן אַבסטראַקטער באַגריף.״ פֿון אַ האָבי איז דער אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור געװאָרן זײַן מלאכה.
הײַנט איז ד״ר דימשיץ דער אַקאַדעמישער אָנפֿירער פֿונעם צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס אינעם אײראָפּעיִשן אוניװערסיטעט אין סאַנקט־פּעטערבורג. חוץ דעם איז ער אַ מדריך פֿון אַ גרופּע יונגע איבערזעצער פֿון ייִדיש׃ ״װאָס מער איך האָב זיך באַקענט מיט דער ייִדישע ליטעראַטור, אַלץ שטאַרקער האָב איך געפֿילט, אַז עפּעס איז ניט יושרדיק. איך האָב אַ טראַכט געטאָן (און אַזױ טראַכט איך עד־היום)׃ װי אַזוי איז דאָס מעגלעך, אַז די װעלט װײסט כּמעט גאָר נישט פֿון אַזאַ ריזיקער, שײנער, אײגנאַרטיקער ליטעראַטור? און װאָס טיפֿער איך האָב זיך אַרײַגעגריבלט אין אירע אוצרות, אַלץ מער האָב איך זיך געפֿילט װי אַ מענטש, װאָס האָט זיך פּלוצעם בײַ נאַכט געפֿונען אַלײן אינעם פּעטערבורגער ערמיטאַזש־מוזײ. אױף די װענט הענגען די סאַמע שענסטע מײַסטערװערק, און קײנער איז ניטאָ צו באַװוּנדערן זײ, און דער נײַער טאָג קומט נאָך אַלץ ניט, און קײן טוריסטן זײַנען אױך ניטאָ.
“און אַזױ האָּב איך פֿאַרשטאַנען, אַז מען מוז אָנהייבן איבערזעצן. נאָך מער, מען דאַרף שאַפֿן אַ חבֿרה איבערזעצער פֿון ייִדיש, װי מען טוט מיט אַנדערע ליטעראַטורן. אין תּוך גענומען, איז עס ניט אַזױ שװער אונטערצולערנען אַ ביסל די שפּראַך און אָנהײבן איבערצוזעצן מיט אַ װערטערבוך. דער עיקר, אַז מען זאָל זײַן אַ גוטער פּראָפֿעסיאָנעלער איבערזעצער. אַזױ אַרום האָב איך אינעם יאָר 2000 אָרגאַניזירט אַ סעמינאַר פֿאַר איבערזעצער בײַ אונדזער צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס. מיר האָבן אָנגעהױבן פֿון פּאָעזיע, װײַל עס איז גרינגער איבערצוזעצן לידער אײדער פּראָזע.
“מיר האָבן אָנגעהויבן פֿון יענע דיכטער, װאָס זײַנען געװען אין גאַנצן ניט באַקאַנט דעם רוסישן לײענער, װײַל זײ האָבן געװױנט אין אױסלאַנד, אין פּױלן אָדער אין אַמעריקע. און ערשט הײַיאָר איז ,סוף־כּל־סוף, אַרױס דאָס זאַמלבוך ׳פּאַפּירענע בריקן׃ פֿינף ייִדישע דיכטער׳. דאָס בוך איז כּולל לידער פֿון מאַני לײב, ה. לײװיק, משה־לײב האַלפּערן, זישע לאַנדױ און איציק מאַנגער. חוץ דעם, האָט איגאָר בולאַטאָװסקי, דער סאַמע פֿרוכטבאַרער און דערפֿאָלגרײַכער איבערזעצער פֿון ייִדישער דיכטונג, האָט איבערגעזעצט און אַרױסגעגעבן מאַנגערס ׳חומש־לידער׳ און אַ בוך פֿון אַבֿרהם סוצקעװערס לידער.
“איבערצוזעצן פֿון ייִדיש אױף רוסיש איז אַ מחיה׃ די אינטאָנאַציע, דער סינטאַקסיס זײַנען גאַנץ ענלעך, אָבער נאָך װיכטיקער איז, װאָס די מיזרח־אײראָפּעיִשע װירקלעכקײט איז גוט באַקאַנט דעם רוסישן לײענער. אין דעם זין איז רוסיש בעסער צוגעפּאַסט צו ייִדיש אײדער ענגליש. אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען דאָ אַ סך רעליגיעזע באַגריפֿן, װאָס האָבן ניט קײן רוסישע נעמען. װי רופֿט מען אָרון־קודש אױף רוסיש? צי דאַרף מען דאָס װאָרט פֿאַרשרײַבן אױפֿן ספֿרדיש־העברעיִשן שניט ״אַראָן־קאָדעש״, צי לױטן אַשכּנזישן נוסח ״אָרן־קױדעש״? אין 19טן יאָרהונדערט האָט מען בכלל גענוצט די קריסטלעכע טערמינאָלאָגיע, אָבער הײַנט פּאַסט עס ניט. לױט מײַן געשמאַק, איז בעסער צו האַלטן זיך בײַ דעם טראַדיציאָנעלן אַשכּנזישן סטיל, כאָטש ניט אַלע האָבן דאָס ליב. אָבער דאָס זײַנען נאַטירלעכע שעפֿערישע פּראָבלעמען, װאָס זײַנען אַ טײל פֿון דער איבערזעצערישער מלאכה. און אַ חוץ דעם, קאָן מען אַלץ דערקלערן אין פּירושים און פֿוסנאָטעס.
“איך האָב נאָר װאָס אָפּגעגעבן אין דרוק י. י. זינגערס זכרונות ׳פֿון דער װעלט, װאָס איז ניטאָ מער׳, און האַלט בײַם פֿאַרענדיקן איבערזעצן ישׂראל ראַבאָנס ׳די גאַס׳. דערנאָך װעל איך זיך נעמען פֿאַר די זכרונות ס פֿון ה. לײװיק, ׳אויף צאַרישער קאַטאָרגע׳. אַ װוּנדערלעכע פּראָזע פֿון אַ גרויסן דיכטער. די ייִדישע ליטעראַטור האָט ניט קײן סוף.”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.