איז ייִדיש אַ ייִדישע פּראָבלעם?

Is Yiddish a Jewish Problem?

אַ ייִדיש־קלאַס מיטן לערער דוד בראַון
אַ ייִדיש־קלאַס מיטן לערער דוד בראַון

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published February 26, 2013, issue of March 15, 2013.

אַ יעדער ייִדישע שפּראַך וואָס מיר האָבן געשאַפֿן אין גלות, איז לגמרי נישט געווען קיין ייִדישער פּראָבלעם, ווײַל עס איז אויפֿגעקומען בדרך־הטבֿע, נאַטירלעך, ווי אַן אויסדרוק פֿון פֿאָלק. די פּראָבלעם האָט מער געהאַט צו טאָן מיט אונדזער קולטור־אידענטיטעט און געשלאָגן גאָר נאַטירלעכע וואָרצלען. די צרה דערבײַ איז געווען, וואָס ווי נאָר מיר האָבן זיך באַזעצט ערגעץ אויף דערווײַל, האָט מען געמוזט אַרויסציִען די וואָרצלען און אײַנפֿלאַנצן זיי אויף אַ נײַעם באָדן, בויען אַ נײַעם יסוד.

איר האָט אַמאָל פּרובירט איבערפֿלאַנצן אַ בוים וואָס וואַקסט אין ירושלים און אים אײַנפֿלאַנצן אין אַלזאַס, אָדער וואַרשע, אָדער קיִעוו? ווי שווער עס קומט אָן צו זען די ערשטע שפּראָצן אויף אַ ווילד פֿרעמדער יבשה; אָבער נישט געקוקט אויפֿן האַמער און קאָוואַדלע וואָס האָט געלויערט אויף אונדזערע קעפּ דורך די דורות, האָט מען דאָס באַוויזן.

יענער בוים פֿון ירושלים וואָס מיר שלעפּן זיך מיט אים אַרום, איז אונדזער באַרג־סיני, צוזאַמען מיט די פֿאַרשיידענע ייִדישע שפּראַכן, זײַנען געקומען ערשט שפּעטער. פֿון די נישט סאַמע ערשטע, האָט זיך פֿאַררעכנט אַראַמעיִש. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז זי איז גאָר נישט געווען קיין ייִדישע שפּראַך, אָבער נאָך טויזנט יאָר גלות־בבֿל האָט מען זיך איבערגעבעטן און זי אָנערקענט ווי אייגנס, אויף אַזוי פֿיל, אַז מיר האָבן אין איר באַוויזן צו שאַפֿן דעם תּלמוד־בבֿלי; זי אָנגענומען ווי אַ גלײַכן שותּף צו דבֿרי־תּורה, זי פֿאַר־ייִדישט און אָנערקענט ווי אַ ווערק פֿון אונדזער שפּראַכן־באַשאַף.

פֿרעגט זיך די פֿראַגע, איז אַראַמעיִש אַמאָל געווען אַ ייִדישע פּראָבלעם? דאַכט זיך, אַז ניין, פֿאַרקערט: ווען עס איז געקומען צום ענין שפּראַך, האָט מען זי אַרײַנגענומען אין ייִדישן קרענצל בכּבֿוד־גדול.

איז לאַדינאָ אַמאָל געוואָרן אַ ייִדישע פּראָבלעם? אַפֿילו נאָכן גירוש שפּאַניע האָט מען ווייניק באַוויינט דעם גורל פֿון לאַדינאָ, ווײַל די געראַטעוועטע האָבן אויסגעביטן זייער לשון אויף דער לאַנד־שפּראַך, אָבער זיך זעלטן געשײדט פֿון זייער ייִדישער קולטור און טראַדיציע.

בוכאַרי איז אַמאָל געווען אַ שפּראַך וואָס ייִדן אין בוכאַראַ האָבן אויף איר גערעדט און ממשיך געווען זייער ייִדישקייט. ייִדן אין איראַן רעדן אַ ייִדיש לשון, וואָס רופֿט זיך “דזשידי.” הײַנט צו טאָג געפֿינט זיך נישט קיין איין איראַנער וואָס וועט פֿאַרשטיין דזשידי, און קיין איין אַראַבער וואָס וועט פֿאַרשטיין “מוגראַבי”. אין מײַנע צײַטן אין ארץ־ישׂראל געדענק איך אַז מען האָט טראַנסמיטירט אויף דעם ראַדיאָ מוגראַבי.

רעדנדיק וועגן ייִדישע שפּראַכן, טאָר מען נישט אויסלאָזן די קורדיסטאַנער ייִדן. ווידער אַמאָל דאָס אייגענע. זייער ייִחוס ציט זיך נאָך פֿון דער בבֿלישער תּקופֿה, נאָך פֿונעם יאָר 586 פֿאַר אונדזער צײַט רעכענונג. יענע געראַטעוועטע ייִדן האָבן אַזש אָנגעשפּאַרט קיין בוכאַראַ. אין זייער אַנטאָלאָגיע געפֿינט זיך אַ רײַכע ליטעראַטור און פּאָעטישע ווערק מערסטנס באַזירט אויפֿן חומש.

און איצט לאָמיר זיך נעמען צום מאָדערנעם עבֿרית און נישט לשון־קודש. פֿרעגט זיך די פֿראַגע, איז העברעיִש אַ ייִדישע פּראָבלעם? זעט אויס, אַז די ייִדן ספּראַווען זיך מיט זייערע לשונות לויט דעם ווי די צײַט דיקטירט. היתּכן? עס גייט אין דעם, וואָס קיין איין ייִדישע שפּראַך איז נישט געווען בײַ אונדז קיין מניעה, ווען מיר האָבן זיך גענייטיקט אין אָפּזונדערן זיך פֿון די פֿעלקער אַרום אונדז, האָט מען זיך אַלעמאָל אַן עצה געגעבן מיט שאַפֿן אַ נײַע ייִדישע שפּראַך, וועלכע זאָל אונדז דינען.

די פּראָבלעם מיט ייִדיש איז אַ באַזונדער קאַפּיטל פֿאַר זיך. דאָ איז פֿאַרגעקומען אַ פֿאַרניכטונג פֿון אַ פֿאָלק וואָס בײַם רובֿ פֿון זיי האָט מען פֿאַרשניטן זייער שפּראַך מיט איין שניט. און דאָ ליגט די גרויסע צרה, זייער טויט איז נישט געקומען אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן. דעריבער איז ייִדיש פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ ייִדישער פּראָבלעם, ווײַל צוזאַמען דערמיט האָט די שפּראַך געליטן אַ ריזיקן פֿאַרלוסט אין אירע קולטור־זאַפּאַסן. דעריבער אָבֿלט מען, פֿון איין זײַט, און מען פּרוּווט זי מינטערן, פֿון דער צווייטער זײַט. דערווײַל אָבער הענגט זי אויף אַ וואָג־שאָל, לאָמיר זען ווער און וואָס וועט איבערוועגן.