דער „פֿאָרווערטס” האָט שוין „שומרים”

The Forverts Has a “Watchdog”


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published March 01, 2013, issue of February 15, 2013.

איך האָב שוין אַ מאָל דערציילט, אַז מײַן זון האָט מיך אײַנגערעדט צו עפֿענען אַ זײַטל אין „פֿייסבוק” (אָדער „פּנים־בוך”, ווי אייניקע היפּער-פּוריסטיש געשטימטע לײַט רופֿן עס). איך האָב עס געטאָן און בין אַפֿילו אַרומגעוואָקסן געוואָרן מיט אַ שיין ביסל „פֿרײַנד”. אייניקע פֿון זיי זײַנען טאַקע מײַנע גוטע פֿרײַנד, אַנדערע זײַנען אויך — האָף איך — גוטע מענטשן, אָבער איך בין מיט זיי פּערזענלעך ניט באַקאַנט. און אַזעלכע, ווייניק צי אין גאַנצן ניט באַקאַנטע, דאָמינירן אין מײַן „פֿייסבוק”־חבֿרותא. דעם דאָזיקן דיסבאַלאַנס זע איך יעדע וואָך, ווען איך קריג אַ פֿרישע רשימה פֿון געבוירן־טעג און ס’רובֿ פֿון די נעמען פֿון די בעלי־שׂימחות און בעל־שׂימחהטעס זאָגן מיר זייער ווייניק צי אַפֿילו גאָרנישט.

איך קען פֿאַרסך־הכּלען, אַז אין מײַן לעבן שפּילט דאָס „פֿייסבוק” כּמעט קיין שום ראָליע ניט. איך קוק אַרײַן אַהין זייער זעלטן. בדרך־כּל, ווען עמעצער שרײַבט צו מיר דורכן „פֿייסבוק”. און גאָר די טעג האָב איך באַקומען אַזאַ סיגנאַל. עס לאָזט זיך אויס, אַז צווישן דער באַפֿעלקערונג פֿון „פֿייסבוק” איז דאָ אַ תּושבֿ, וואָס רופֿט זיך Forward Watch. עס שטייט דאָרט געשריבן, וואָס פֿאַר אַ שליחות האָט דער דאָזיקער „שומר” אויף זיך, נעבעך, גענומען, דהײַנו:

Keeping Watch on The Forward Association to return to their founding values and guiding principles for Jewish Freedom.

אין מײַן טײַטש, קלינגט עס אַזוי:

„צו האַלטן אַן אויג אויף דער „פֿאָרווערטס”־אַסאָציאַציע, זי זאָל זיך אומקערן צו די ווערטן און פֿירנדיקע פּרינציפּן פֿון ייִדישער פֿרײַהייט, וועלכע זײַנען פֿאַרלייגט געווען בײַם גרינדן די אַסאָציאַציע.”

ווי איך זע פֿון דעם זײַטל, וואָס טראָגט אויך דעם אימאַזש פֿונעם היסטאָרישן בנין פֿון „פֿאָרווערטס”, האָט דער דאָזיקער „שומר” שוין באַקומען אַ שטיצע מצד 75 נפֿשות. ווי אַ פּועל־יוצא, פֿיל איך זיך אין גאַנצן ווי אַ נאַר. ווײַל דאָס הייסט, אַז 75 מענטשן פֿאַרשטייען עפּעס, וואָס איך קען בשום-אופֿן ניט פֿאַרשטיין.

קודם־כּל, וואָס איז דער טײַטש פֿון „ייִדישער פֿרײַהייט”? איז זי אַנדערש פֿון „כינעזישער פֿרײַהייט” צי „טערקישער פֿרײַהייט”? און טאָמער יאָ, טאָ אין וואָס באַשטייט דער אונטערשייד? פֿון דעם וואָס איך האָב געלייענט וועגן דער געשיכטע פֿון „פֿאָרווערטס”, האָבן די גרינדער פֿון דער צײַטונג בשום־אופֿן ניט געוואָלט דערלאָזן, אַז זייער „פֿרײַהייט” זאָל האָבן אַ באַזונדערס ייִדישן קנייטש. נאָך מער: אין יענער צײַט האָט מער דאָמינירט דער געדאַנק, אַז ס’איז אַפֿילו ניט ריכטיק געווען צו רופֿן זיך „ייִדישע סאָציאַליסטן”, ווײַל זיי האָבן געוואָלט זײַן סתּם סאָציאַליסטן און געזען זייער אונטערשייד פֿון אַנדערע „גענאָסן” זייערע נאָר אין דעם, וואָס זיי האָבן געמוזט נוצן אַן אַנדער שפּראַך — ייִדיש.

הקיצור, דאָ האָב איך זיך אין גאַנצן פֿאַרפּלאָנטערט. אפֿשר מיינען די „שומר”-מענטשן, אַז דער „פֿאָרווערטס” דאַרף זיך אומקערן צו די סאָציאַליסטישע ווערטן? תּחילת איז עס דאָך געווען אַ ריין סאָציאַליסטישע צײַטונג, די גרעסטע אין דער גאַנצער אַמעריקאַנער (ניט נאָר ייִדישער) געשיכטע. אפֿשר ווילן די „שומרים” צו באַנײַען די טראַדיציע פֿון דורכפֿירן יעדן ערשטן מײַ אַ דעמאָנסטראַציע פֿון פּראָלעטאַרישער סאָלידאַריטעט, ווי דאָס איז געווען אַ מינהג אין די אַלטע גוטע צײַטן? צי מע דאַרף ווערן ווידער אַ מאָל שאַרף אַנטי־ציוניסטיש, דאָס הייסט, זיך אומקערן צו די ערשטע בערך דרײַ יאָרצענדליק פֿון דער „פֿאָרווערטס”־עקזיסטענץ. צי חלומען טאַקע די „שומרים” וועגן אַזאַ ייִדישער פֿרײַהייט?

דעם אמת געזאָגט, גלייב איך ניט, אַז די מענטשן, וואָס האָבן געשאַפֿן און האַלטן אונטער דעם „שומר”, האָבן געטראַכט וועגן אַזעלכע זאַכן. איך מיין, אַז זיי שאַפֿן פּשוט אַ גרופּע פֿון ניט־פֿאַרגינערס. עפּעס געפֿעלט זיי ניט אין דעם „פֿאָרווערטס” און זיי ווייסן, נעבעך, ניט, וואָס צו טאָן מיט דער גאַל, וועלכער האָט זיך בײַ זיי אָנגעזאַמלט און פֿאַרביטערט זיי דאָס לעבן. איז מען געקומען צו אַזאַ געוואַלדיקן אײַנפֿאַל: לאָמיר פֿאָדערן, זיי זאָלן זיך אומקערן צו, אַ שטייגער, „פֿרײַהייט”, מיינענדיק דערמיט, אַ פּנים, אַז “פֿרײַהייט” איז בלויז אַ שיין וואָרט.

דער גאַנצער ענין איז ניט ווערט קיין גראָשן. איך דערמאָן עס פּשוט ווי אַן אילוסטראַציע פֿון דעם נאַציאָנאַלן עם-הארצות, וואָס ווערט אַלץ בולטער אָנזעעוודיק צווישן די ייִדן. איך באַשולדיק אין דעם, בפֿרט, די ייִדישע טאָג-שולן, וועלכע לערנען זייער ווייניק געשיכטע, בפֿרט ייִדישע געשיכטע. ס’איז ממש אַ פֿאַרברעכן, וואָס אַ תּלמיד פֿון אַזאַ שול ווייסט בדרך־כּלל זייער ווייניק אַפֿילו וועגן דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע. און ווי אַזוי קען מען לערנען די אַמעריקאַנער ייִדישע געשיכטע אָן אויסטיילן לכל־הפּחות אַ שעה, כּדי צו דערציילן וועגן דער סבֿיבֿה, אין וועלכער ס’איז געבוירן דער „פֿאָרווערטס”, די גרעסטע ייִדישע צײַטונג, וועלכע עס האָבן געלייענט אפֿשר ס’רובֿ זיידעס און באָבעס פֿון די תּלמידים אין דער טאָג־שול?

אין תּוך אַרײַן, איז עס גוט, ווען ס’באַווײַזט זיך אַ „שומר”, וואָס האַלט אַן אויג אויף אַ צײַטונג. קריטיק איז אַ געזונטע זאַך. אָבער אויב מע פֿאָדערט, אַז די צײַטונג זאָל ערגעץ, אָדער צו עפּעס, זיך אומקערן, דאַרף מען וועגן אַזעלכע זאַכן רעדן ניט סתּם אין דער וועלט אַרײַן, אַבי צו רעדן, אָבער קלאָר אָנווײַזן, וועגן וואָס עס גייט דאָ די רייד. עס העלפֿט אויך, ווען מע רעדט אָפֿן, ניט שטילינקערהייט, אונטער דער מאַסקע פֿון כּלערליי פּסעוודאָנימען. צו מאָל אַנטפּלעקט עס פּשוט דעם סוד: מע פֿילט אַליין, אַז מע טוט אַ מיאוסע זאַך.