עלטערע ניו־יאָרקער תּושבֿים געדענקען נאָך די “אַלטע, גוטע” צײַטן, ווען דער סאָבוויי איז געווען פֿאַרשמירט מיט גראַפֿיטי און יעדע פּאָר מינוט פֿלעגט אַרײַנקומען אין וואַגאָן אַ בעטלער, אַ קריסטלעכער פּריידיקער, אָדער סתּם אַ משוגענער, כּדי צו “באַדערן” די פּאַסאַזשירן. אין די 1980ער יאָרן, איידער מעיאָר דזשוליאַני האָט פֿאַרגרעסערט די פּאָליציי און די מעדיצין, אַנטוויקלט די אַלע מאָדערנע מיטלען צו באַהאַנדלען גײַסטיקע קרײַנקייטן, פֿלעגן זיך דרייען אויף די גאַסן און אין דער אונטערבאַן אָן אַ שיעור מער משוגעים און בייזע נעווראָטיקער, ווי הײַנט. איך געדענק נאָך פֿון קינדווײַז, ווי די לופֿט איז אָנגעזעטיקט געווען מיט האַרבע ריחות פֿון מענטשלעכן שווייס און אומריינקייט, און ווי די יונגע־לײַט פֿלעגן אויסקריצן אויף די סאָבוויי־פֿענצטער די אייגענע נעמען און “גענג”־סימנים. אָבער, ווי זאָגט מען, וואָס ס’איז געווען איז מער נישטאָ…
איך געדענק אויך די מוזיקער, מישטיינס געזאָגט, וואָס פֿלעגן שפּילן אין דער אונטערבאַן. ס’איז געווען איינער וואָס פֿלעגט בלאָזן אין אַ פֿלייט און אין גאַנצן ניט געוווּסט ווי צו שפּילן. אַז קיינער פֿון די פּאַסאַזשירן האָט אים ניט געגעבן קיין נדבֿה, פֿלעגט ער אָנהייבן סטראַשען און שרײַען; צום גליק, אויך אויפֿהערן צו שפּילן, און זיך פֿאַרנעמען אין אַ צווייטן וואַגאָן.
אַז אַן אַנדער מין מוזיק איז מעגלעך אין דער אונטערבאַן, האָב איך פֿאַרשטאַנען אין בערלין, וווּ ביז איך האָב איין יאָר שטודירט. די דײַטשן האַלטן בערלין פֿאַר אַ שמוציקע, אָפּגעלאָזענע מעטראָפּאָליע, נאָר אין מײַנע אויגן, אין פֿאַרגלײַך מיט ניו־יאָרק, האָט זי געגלאַנצט מיט זויבערקייט און אָרדענונג. דער עיקר, די בערלינער אונטערבאַן איז געווען אַ גאַנץ אַנדער מין באַשעפֿעניש ווי אונדזער סאָבוויי, נעבעך. די “או־באַן” איז געווען ריין און ציכטיק, קיין גראַפֿיטי איז נישט געווען, פֿאַרשטייט זיך, די פֿענצטער זײַנען געווען קלאָר ווי דער טאָג. נאָך בעסער: די “או־באַן” איז געפֿאָרן אָפֿטער, לאַנג האָט מען ניט געדאַרפֿט וואַרטן, און זי איז קיין מאָל ניט געווען אַזוי געפּאַקט ווי בײַ אונדז, וואָס מיר ווערן דערשטיקט און צעטראָטן פֿון די מאַסן מענטשן. אָפֿט מאָל האָט מען אַפֿילו געקענט געפֿינען אַ פּלאַץ וווּ צו זיצן, וואָס אין ניו־יאָרק האָבן נאָר זקנים און טראָגעדיקע פֿרויען זוכה געווען צו באַקומען, סײַדן מע האָט זיך אַרײַנגעשטופּט מיט כּוח.
דער עיקר, אָבער, האָט די “או־באַן” אויסגענומען בײַ מיר מיט דער וווּנדערלעכער קלאַסישער מוזיק, וואָס איך פֿלעג הערן וואַרטנדיק אויף די סטאַנציעס. דאָס לאַנד פֿון בראַמס און בעטהאָווען איז שטענדיק געווען אַ צענטער פֿאַר קלאַסישער מוזיק — ביזן הײַנטיקן טאָג; און בערלין ציט צו זיך צו אַ סך יונגע טאַלאַנטן, ניט נאָר היגע, נאָר אויך פֿון מיזרח־אייראָפּע. אָבער ניט יעדער ווערט אָנגענומען אין דער באַרימטער בערלינער פֿילהאַרמאָניע, אָדער אין די 7 אַנדערע אָרקעסטערס און 3 אָפּערע־הײַזער פֿון דער שטאָט. בלײַבן איבער נאָך אַ סך טאַלאַנטן צו שפּילן ערגעץ־וווּ אַנדערש. איך פֿלעג יעדן טאָג פֿאָרן צום אוניווערסיטעט מיט דער מוזיקאַלישער באַגלייטונג פֿון מאָצאַרט, באַך, און אַנדערע גדולים פֿון דער מוזיק־געשיכטע.
ווען איך בין צוריקגעפֿאָרן קיין ניו־יאָרק, האָט עס גענומען אַ ביסל צײַט, ביז איך האָב זיך ווידער צוגעוווינט צו אונדזער “מעטראָ־מוזיק”: דאָס קוויטשען פֿון די רעדער אויף די רעלסן, דאָס אומפֿאַרשטענדלעכע קול פֿונעם קאָנדוקטאָר, וואָס האָט אָפֿט גערעדט אויפֿן אַלטן ניו־יאָרקער ענגליש (“טוידי־טויד סטריט” = 33סטע גאַס).
נאָר צו ביסלעך האָט ניו־יאָרק זיך אויך אויסגעמענטשלט: נײַע שיינע באַנען, אָן גראַפֿיטי. מאַסן פֿון רײַכע יונגע מענטשן (“יאָפּיס”) האָבן זיך דאָ באַזעצט. אַ סך היימלאָזע האָט די שטאָט אַוועקגעשיקט אויף הפֿקר, אַנדערע ווערן באַהאַנדלט מיט די נײַע מעדיצינען. די בעטלערס האָבן אויפֿגעהערט צו שרײַען, נאָר רעדן מיט לאַנגע דרשות, ווי אַזוי דאָס שלימזל האָט זיי געטראָפֿן — און קען אונדז אויך טרעפֿן. אַפֿילו די פּריידיקער זײַנען געוואָרן אַנדערע; הײַנט רעדן זיי געוויינטלעך מיט אַ שיינעם קאַריבישן אַקצענט, און כאָטש זיי סטראַשען מיט גיהנום, טוען זיי עס מיט טאַקט און מיט אַ געוויסער איידלקייט.
אָבער די גרעסטע דערגרייכונג פֿון אונדזער הײַנטיקן סאָבוויי ליגט אויפֿן פֿעלד פֿון מוזיק. אמת, מיר קענען זיך נאָך ניט פֿאַרגלײַכן מיט בערלין, וואָס שייך קלאַסישער מוזיק, אָבער מיט אַלע אַנדערע זשאַנערס גרייסן מיר זיך: ראָק, דזשאַז, רייגיי, גאָספּעל, פּײַקלען, די מעקסיקאַנער גיטאַרע, דער כינעזישער פֿידל און איין גאָט ווייסט וואָס נאָך. אַ טייל שפּילער זײַנען ווײַטער אַמאַטאָרן, אָבער גענוג אַנדערע זײַנען פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקער, וואָס טרעטן אויף אין די קלובן און אין אמתע קאָנצערטן און האָבן אויך קאָמפּאַקטלעך צו פֿאַרקויפֿן. אויף דער סטאַנציע לעבן מײַן דירה אין ברוקלין קומט שפּילן כּמעט יעדן טאָג אַן אַנדער מוזיקער, אַ מאָל צוויי מיט אַ מאָל. אין אַ גרויסער סטאַנציע קען זיך מאַכן, אַז 3 פֿאַרשיידענע קאַפּעליעס שפּילן אין דער זעלבער צײַט (וואָס איז דווקא ניט קיין מעלה).
פֿאָרנדיק קיין ברוקלין, זע איך כּסדר יונגע־לײַט וואָס שלעפּן מיט זיך גרויסע אינסטרומענטן: אַ קאָנטראַבאַס, אַ טובאַ, אַ טראָמבאָן. דאַכט זיך, אַז יעדער דריטער מענטש איז אַ קלעזמער. ס׳איז געוואָרן אַזוי ווי מע פֿלעגט זאָגן וועגן די אירלענדער און פּאָעזיע — אַז 10% פֿון די אירלענדער לייענען פּאָעזיע, אָבער גאַנצע 30% שרײַבן פּאָעזיע. דאָס הייסט, מיר האָבן אין ניו־יאָרק אפֿשר מער מוזיקער ווי מוזיק־ליבהאָבער און עס קומט אויס, אַז דער גרעסטער עולם פֿאַר אַ קאַפּעליע קען זײַן — אַן אַנדער קאַפּעליע.
מיר ניו־יאָרקער זײַנען פֿון דעסטוועגן דאַנקבאַר פֿאַרן נײַעם מוזיקאַלישן עשירות אונדזערן. ס’איז טאַקע שיין, אַז דער סאָבוויי איז געוואָרן אַ פֿרײַער, עפֿנטלעכער אָרט פֿאַר מוזיק און געזאַנג און כּל־מיני פֿאָרשטעלונגען. אפֿשר איז די צײַט געקומען, אַז אויך ייִדישע מוזיק זאָל קלינגען אין די טונעלן און פֿינצטערע לעכער פֿון דער אונטערבאַן?
שוין עטלעכע יאָר טראָג איך זיך אַרום מיטן געדאַנק, אַז מע וואָלט געדאַרפֿט שאַפֿן אַ גרופּע ייִדישע סאָבוויי־זינגער. אַנשטאָט פּשוט צו זינגען פֿאַר זיך אין דער היים, וואָלטן מיר געזונגען פֿאַר גאַנץ ניו־יאָרק. דאָ וווינען זיכער איבער הונדערט טויזנט ייִדן וואָס פֿאַרשטייען ייִדיש, וואָס אַ סך האָבן קיין מאָל ניט געהערט אַ ייִדיש וואָרט אין דער עפֿנטלעכקייט. אַז אונדזערע סאָבוויי־זינגער וואָלטן געזונגען פֿאַר זיי אַ האַרציק לידל, למשל, “אונטער דײַנע ווײַסע שטערן”, און זיי אויך געגעבן אַ פֿלוגבלעטל מיט אינפֿאָרמאַציע וועגן ייִדישע אונטערנעמונגען און אָרגאַניזאַציעס; וואָלט געקענט זיך שאַפֿן בײַ זיי אַן אמתער אינטערעס צו דער זאַך. די נישט־ייִדן וואָלטן אפֿשר אויך געווען טשיקאַווע צו וויסן, וואָס מע זינגט דאָרטן, וואָס דערמאָנט זיי אין דעם געזאַנג די אַלטע פֿאָלקסלידער זייערע.
איך האָב שוין געהערט אין דער אונטערבאַן זינגען אויף פּאָרטוגעזיש, שפּאַניש, כינעזיש, איטאַליעניש און נאָך שפּראַכן, וואָס איך האָב אַפֿילו ניט דערקענט. פֿאַר וואָס ניט אויך אויף ייִדיש? אַז די פּריידיקער קענען פּריידיקן זייער תּורה פֿאַר די מאַסן, קענען מיר אויך פּריידיקן אונדזערע, וואָס וועט די מאַסן זײַן אַ סך מער אײַנגענעם צו הערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.