לױט דער היסטאָרישער קלאַסיפֿיקאַציע פֿון דער רוסישער דיכטונג, געהערט יאַן סאַטונאָװסקי (1913־1982) צו דער שיטה פֿון ״קאָנקרעטיסטן״. דער דיכטער און קריטיקער מיכאל אײַזענבערג דערקלערט דעם דאָזיקן באַגריף אַזױ׃ ״קאָנקרעטיזם זאָגט נאָר דאָס, װאָס ער װײסט אױף זיכער, אין װאָס ער איז איבערצײַגט אין גאַנצן. דאָס איז די דערפֿאַרונג פֿון בלײַבן לעבעדיק דורך דער שפּראַך.״ בעת זײַן לעבן איז סאַטונאָװסקי געװען באַקאַנט, קודם־כּל, װי אַ דיכטער פֿאַר קינדער, אָבער די ״דערװאַקסענע״ לידער זײַנע האָט ער ניט געקאָנט דרוקן. ער איז געװען נאָענט צו דער ״ליאַנאָזאָװער גרופּע״, װאָס האָט באַקומען איר נאָמען לױטן נאָמען פֿון דער מאָסקװער פֿאָרשטאָט ליאַנאָזאָװע.
אַ היפּש ביסל פֿון די ״ליאַנאָזאָװער״ זײַנען געװען ייִדן׃ די דיכטער גענריך סאַפּגיר און יאַן סאַטונאָװסקי, דער קינסטלער אָסקאַר ראַבין. סאַפּגיר האָט זיך געחבֿרט מיטן ייִדישן דיכטער שיקע דריז און איבערגעזעצט זײַנע לידער אױף רוסיש. דאָס איז געװען אײנע פֿון די ערשטע ניט־אָפֿיציעלע שעפֿערישע גרופּעס, װאָס איז אַנטשטאַנען סוף 1950ער יאָרן בעת דער ״אָדליגע״, און האָט עקזיסטירט ביז די מיט־1970ער. הײַנט באַטראַכט מען די ״ליאַנאָזאָװער״ װי די אָבֿות פֿונעם אַזױ־גערופֿענעם רוסישן פּאָסט-אַװאַנגאַרד.
װי עס פּאַסט פֿאַר שאַפֿערישע פּערזענלעכקײטן, האָט יעדער אײנער פֿון זײ געהאַט אַן אײגענעם סטיל. סאַטונאָװסקיס דיכטערישע שפּראַך לאָזט זיך גלײַך דערקענען לױט איר קאַרגקײט. ער גלױבט ניט אין געהױבענע װערטער און מליצות. דיכטונג איז פֿאַר אים אַ פּרוּװשטײן פֿון עכטקײט און דער אמת איז פֿאַר אים תּמיד פּראָסט און קלאָר׃ ״מען זאָגט מיר׃ / װאָס פֿאַר אַ דלות פֿון װאָקאַבולאַר! / יאָ, דלות, דלות; / נידעריקײט, פֿױלקײט פֿון באַראַקעס; / גרױקײט, / נאַסקײט מוראדיקע; / און דער אײביקער פּחד׃ נו, מאַלע װאָס, װי … / יאָ, דלות, אָט אַזױ.״ סאַטונאָװסקיס דיכטונג איז מינימאַליסטיש אי אין דער פֿאָרעם, אי אין דעם אינהאַלט. ער פֿאַרלאָזט ניט די ד׳ אַמות פֿון דער אומעטיקער סאָװעטישער רעאַלקייט בעת די ערשטע נאָך־מלחמהדיקע יאָרן; אָבער דווקא די פּאָעטישע שאַפֿערישקײט איז פֿאַר אים דאָס גרעסטע גליק אין לעבן׃ ״לידער זײַנען מײַן לעבן״.
ער איז געבױרן געװאָרן װי יעקבֿ סאַטונאָװסקי אין יעקאַטערינאָסלאַװ (איצט דנעפּראָפּעטראָװסק) ערבֿ דער ערשטער װעלט־מלחמה; איבערגעלעבט װי אַ קינד די בלוטיקע צײַט פֿונעם בירגערקריג, שטודירט כעמיע, געדינט אין דער רױטער אַרמײ, און אין 1941 איז ער אַװעק אױפֿן פֿראָנט. פֿאַרװוּנדעט געװאָרן אין 1942, און זינט דעמאָלט האָט סאַטונאָװסקי געאַרבעט אין אַן אַרמעיִשער צײַטונג. נאָך דער מלחמה, װאָס האָט חרובֿ געמאַכט זײַן הײם, האָט ער זיך באַזעצט אינעם שטעטל עלעקטראָסטאַל לעבן מאָסקװע, װוּ ער האָט געאַרבעט װי אַ כעמישער אינזשענער אױף דעם מעטאַלורגישן זאַװאָד. ״אָט איז די גאַנצע ביאָפּגראַפֿיע. חוץ דעם, װאָס איז פֿאַראַן אין מײַנע לידער, האָב איך כּמעט גאָר נישט מער וואָס צו זאָגן״ — דערקלערט ער אין דער קורצער הקדמה צו דעם כּתבֿ־יד פֿון זײַנע לידער.
אין די לעצטע צװאַנציק יאָר זײַנען אַרױס עטלעכע זאַמלונגען פֿון סאַטונאָװסקיס עזבֿון. ער איז אָנערקענט געװאָרן װי אַ קלאַסיקער פֿון דער מאָדערנער רוסישער דיכטונג, אַ חשובֿער רינג אין דער ״גאָלדענער קײט״, װאָס פֿאַרבינדט װלאַדימיר מאַיאַקאָװסקין און יוסף בראָדסקין. דאָס נײַע בוך זײַנס, װאָס איז צוגעגרײט דורך דעם דיכטער איװאַן אַכמעטיעװ, איז די סאַמע פֿולע פּובליקאַציע פֿון סאַטונאָװסקיס װערק, אַ מין דיכטערישער טאָגבוך פֿון זײַן לעבן.
סאַטונאָװסקי האָט אָנגעהױבן שרײַבן לידער ערבֿ דער צװײטער װעלט־מלחמה, און עס האָט זיך גלײַך אַרױסגעװיזן זײַן נטיה צו ניכטערער קאַרגקײט. די מלחמה האָט פֿאַרשפּיצט די טראַגישקײט פֿון זײַן װעלטבאַנעם׃ ״מיר קומען קײן כאַרקאָװ. / אַראָפּ פֿונעם אױטאָ. / לעבן שעװטשענקאָס דענקמאָל / געלעכטער און טרערן פֿון לעבן. […] זאָגט זשע, טאַקע / צי האָט מען אַלע / ייִדן דערהרגעט? / אָ, מיר האָבן שױן פֿאַרגעסן, / װען זײ זײַנען געװען דאָ״. דאָס דאָזיקע ליד איז דאַטירט מיטן יאָר 1943, גלײַך נאָך דעם, װי דער דיכטער איז אַרײַן מיט דער רױטער אַרמײ אינעם באַפֿרײַטן כאַרקאָװ.
סאַטונאָװסקי איז אױפֿגעװאַקסן אין אַן אַסימילירטער שטאָטישער משפּחה, און זײַן מאַמע־לשון איז געװען אַ געמיש פֿון רוסיש און אוקראַיִניש. ער האָט ניט קײן סך אױסגעשפּראָכן־״ייִדישע״ לידער, אָבער דער ייִדישער װײטיק גיט צו אַ ביטערן בײַטעם אַפֿילו צו די סאַמע ליכטיקע לידער זײַנע. מסתּמא אומבאַװוּסטערהײט איז סאַטונאָװסקי נאָענט צו לײב קװיטקאָ, אײנעם פֿון די סאַמע טראַגישע און טיפֿסטע ייִדישע דיכטער, װאָס איז אױך באַקאַנט געװאָרן, דער עיקר, צוליב זײַנע קינדער־לידער.
צומאָל זעט ער זיך אַלײן װי אַן אומבאַהאָלפֿן קינד׃ ״איך בין אַ קלײן מענטשעלע / שרײַב קלײנע לידער. / װיל איך אָנשרײַבן אײנס / קומט אַרױס עפּעס אַנדערש.״ דערנאָך באַקומען די לידער זייער אײגענעם לעבן און װערן מער ממשותדיק און שטאַרק, אײדער זײער באַשאַפֿער. זײַן ייִדישקײט דינט סאַטונאָװסקין װי אַ מעטאַפֿאָר פֿון דעם אומשטאַנדיקן מענטשלעכן קיום בכלל און זײַן אײגענעם לעבן בפֿרט. דער זכר פֿונעם חורבן לאָזט אים ניט אָפּ און רײַסט זיך דורך צום דער אײבערפֿלאַך פֿון זײַנע לידער׃ ״דאָס איז אַלץ. / נאָר צומאָל קומט אין חלום / דאָס הױז, / װאָס האָבן פֿאַרברענט די פֿריצן.״ די פֿאַרגאַנגענהייט קערט זיך צוריק אינעם סאָװעטישן הײַנט. אין די 1960ער האָט סאַטונאָװסקי געלעבט שטיל, שטאַרק ליב געהאַט זײַן אײניקל און האָט ניט דערלאָזט פֿאַרעפֿנטלעכן זײַנע לידער אין אױסלאַנד, כּדי אױסצומײַדן פּראָבלעמען מיט דער מאַכט. ער האָט געשריבן פֿאַר דער אײביקײט, אָבער האָט מורא געהאַט פֿאַרן הײַנט׃ ״דאַכט זיך, איך בין גרײט. / זײ װעלן מיך פֿאַרניכטן, / װי די עסעסאָװצעס װאָלטן מיך פֿאַרניכטעט / אָבער למזל, מיט די עסעסאָװצעס / האָט מיר גאָט פֿאַרהיט זיך צו טרעפֿן.״
צו דער הילע׃ יאַן סאַטונאָװסקי. לידער און פּראָזע צו די לידער. מאָסקװע, 2012
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.