פֿון מאָל צו מאָל באַשענקט מיך דאָס לעבן (ווי — כ’בין זיכער — יעדערן יחיד) מיט מתּנות, אָן וועלכע איך וואָלט זיך געקענט זייער גרינג באַגיין. מיט אַ יאָר פֿופֿצן צוריק האָט איינער אַ חכם-בלילה מיך באַשריבן ווי א מענטשן, וואָס האָט געהאָלפֿן צו פֿאַרשפּאַרן די ייִדישע שרײַבער אין סטאַלינס “גולאַג”. אין דער אמתן, בין איך דעם 5טן מאַרץ 1953, ווען סטאַלין איז געשטאָרבן, געווען ווייניקער פֿון עלף חדשים אַלט. אַזוי אַז אויף די פֿיס האָב איך זיך געשטעלט שוין אין דער נאָך-סטאַליניסטישער תּקופֿה. דאָס הייסט אָבער ניט, אַז סטאַלין האָט קיין שום ראָליע ניט געשפּילט אין מײַן לעבן. נאָך מער: ער איז, אין אַ געוויסן זין, תּמיד דאָ, ווײַל אויף מײַן טיש ליגט, בדרך-כּלל, לכל-הפּחות איין בוך, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט אים צי מיט דער צײַט פֿון זײַן ממשלה.
מיר איז שווער צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי מענטשן האָבן געקענט זײַן פֿאַרכּישופֿט פֿון אָט דעם טיראַן. איך רעד ניט פֿון די לײַט, וואָס האָבן ניט גלײַך דערזען דעם אמתן פּרצוף פֿונעם גזלן. למשל, אב. קאַהאַן, דער רעדאַקטאָר פֿון “פֿאָרווערטס”, האָט אויך אין משך פֿון עפּעס אַ צײַט געקליבן נחת פֿון סטאַלינען. דעם 7טן סעפּטעמבער 1926, האָט ער געשריבן צו יעקבֿ לעשצינסקין, דעם פֿאָרשטייער פֿון “פֿאָרווערטס” אין בערלין, אַז ער איז געווען צופֿרידן מיט דעם פֿאַקט, וואָס “די סטאַלין-גרופּע זיגט, און, וואַרשײַנלעך, וועט זי גיין ווײַטער אויפֿן וועג צו פֿאַרנונפֿט [שׂכל-היושר] און מענטשלעכע געפֿילן”. דאָך האָט קאַהאַן זיך אין קורצן באַטראַכט; ער האָט זיך פֿאַנאַנדערגעקליבן, אַז סטאַלין איז געגאַנגען אויף גאָר אַן אַנדער וועג.
אָבער מענטשן זײַנען פֿאַרבליבן, און בלײַבן נאָך אַלץ, פֿאַרכּישופֿט מיט אָט דער פֿיגור, וואָס האָט געבראַכט אַזוי פֿיל צרות אי אין זײַן לאַנד, אי מחוץ די סאָוועטישע גרענעצן. איך האָב אַרײַנגעקוקט אין די ציפֿערן, וואָס האָבן זיך באַקומען פֿון אויספֿרעגן די רוסישע בירגער; און אָט וואָס כ’האָב געזען: הײַנט-צו-טאָג האָט בערך יעדער צווייטער רוס אַ פּאָזיטיווע באַציִונג צו סטאַלינען, בעת נאָר 22 פּראָצענט רוסן שאַצן אים אָפּ שאַרף נעגאַטיוו. מיר שײַנט, אַז דאָס איז אַ סימן פֿון אַן אמתער נאַציאָנאַלער טראַגעדיע. בפֿרט נאָך, אַז עס פֿאַרשפּרייט זיך די ליבע צום טיראַן: אין יאָר 1988 האָבן 60 פּראָצענט רוסן זיך באַצויגן נעגאַטיוו צו סטאַלינען.
וואָס איז פֿאָרגעקומען אין אָט די יאָרן, פֿון סוף 1980ער ביז אונדזערע טעג? ערשטנס, איז אַוועק אַ גרויסער טייל פֿון דער רוסישער באַפֿעלקערונג, וואָס האָט געדענקט סטאַלינס צײַטן. צווייטנס, און דאָס איז אפֿשר דאָס וויכטיקסטע, האָט זיך היפּש געביטן דער טאָן פֿון דער פּראָפּאַגאַנדע, געפֿירט דורך דער רעגירונג. סטאַליניזם — אין “מילדע” פֿאָרמען — איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון דער “גענעראַל-ליניע” פֿון וולאַדימיר פּוטינס אידעאָלאָגיע. דריטנס, פֿילט דאָס פֿאָלק אַ נאָסטאַלגיע ניט אַזוי נאָך סטאַלינען גופֿא, ווי עס פֿילט אַ שׂינאה צו דעם וואָס עס קומט פֿאָר אינעם לאַנד. עס ווײַזט זיך אויס, אַז אין סטאַלינס צײַטן איז דאָס לעבן געווען יושרדיקער צום פּראָסטן מענטשן.
דער קולט פֿון סטאַלינען ווערט, בדרך-כּלל, דירעקט פֿאַרבונדן מיטן קולט פֿון דעם סאָוועטישן נצחון אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. די דאָזיקע שרעקלעכע יאָרן זײַנען אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן געוואָרן אַ וויכטיקסטער אונטערשפּאַר פֿאַר דעם זייער שוואַכן אידעאָלאָגישן בנין, וואָס האָט זיך באַוויזן אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד אויף די חורבֿות פֿון דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע. די העראָיִשקייט פֿון די מלחמה-יאָרן וואַרעמט די הערצער און נשמות פֿון רוסישע מענטשן, וואָס געהערן צו פֿאַרשיידענע אידעאָלאָגישע שטראָמען.
די אידעאָלאָגן פֿונעם נאַציאָנאַליסטישן שטראָם זינגען זמירות סטאַלינען טענהנדיק, אַז אַ דאַנק זײַן חכמה איז רוסלאַנד געראַטעוועט געוואָרן פֿון אַ מפּלה, פֿון פֿאַרשקלאַפֿט צו ווערן מצד די דײַטשישע פֿאַשיסטן. ניט אומזיסט האָט זיך אַרום סטאַלינס נאָמען געטאָן חושך מיט אַ חודש צוריק, ווען מע האָט אָפּגעמערקט 70 יאָר פֿונעם נצחון פֿון דער רויטער אַרמיי אין סטאַלינגראַד. גאַנץ שטאַרק האָט דעמאָלט געקלונגען דאָס קול פֿון דעם סעגמענט פֿון דער רוסישער באַפֿעלקערונג, וואָס וואָלט געוואָלט אומקערן דעם נאָמען “סטאַלינגראַד” דער שטאָט, וועלכע הייסט איצט וואָלגאָגראַד.
אַ “נאָסטאַלגיע” פֿון אַזאַ מין איז פֿאַרשפּרייט ניט נאָר אין רוסלאַנד. אין אוקראַיִנע, ווי עס ווײַזן די אויספֿרעגן, האַלט יעדער דריטער בירגער סטאַלינען פֿאַר אַ “קלוגן פֿירער” און 15 פּראָצענט פֿון דער אוקראַיִנישער באַפֿעלקערונג (דער עיקר, אַ פּנים, אין דעם מיזרחדיקן טייל פֿון לאַנד) וואָלטן געוואָלט לעבן אונטער אַ סטאַליניסטישן רעזשים. מיקלאָש האָרטי, דער פֿירער פֿון אונגערן אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה, בלײַבט אַ פּאָפּולערע פֿיגור אין הײַנטיקן אונגערן. אויך אין אַנדערע לענדער, בפֿרט אין די נײַ-געשאַפֿענע דעמאָקראַטיעס, זײַנען דאָ ניט ווייניק מענטשן, וואָס בענקען נאָך אַ שטאַרקער האַנט.
לאָמיר האָפֿן, אַז מע וועט אויך ווײַטער דורכפֿירן אויספֿרעגן פֿון דער רוסישער באַפֿעלקערונג מכּוח זייער באַציִונג צו סטאַלינען, ווײַל אויף אַזאַ אופֿן קען מען מעסטן די “טעמפּעראַטור” פֿונעם אידעאָלאָגישן קלימאַט, וואָס הערשט אין דער געזעלשאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.