אַן 21־יאָריקער סאַטמערער חסיד און זײַן טראָגעדיקע פֿרוי זענען שבת בײַ נאַכט אומגעקומען אין אַ שרעקלעכן אויטאָ־אַקצידענט אין וויליאַמסבורג, ברוקלין. דאָס קינד, וואָס די דאָקטוירים האָבן לכתּחילה געראַטעוועט דורך אַ קייסערשניט, איז מאָנטיק, בערך 5:30 אין דער פֿרי, אויך נפֿטר געוואָרן.
דאָס פּאָרפֿאָלק, נחמן און רייזל גלויבער, האָט געהאַט באַשטעלט אַ טעקסי מאָנטיק, אַרום האַלבע נאַכט, צו פֿירן זיי אין שפּיטאָל, נאָך דעם ווי די פֿרוי גלויבער האָט אָנגעהויבן לײַדן ווייטיקן. בשעת דער טעקסי, אַ שוואַרצער „טאָיאָטאַ‟, האָט געוואַרט בײַ אַן אָפּשטעל־שילד, האָט אַ גראָער BMW אַרײַנגעקראַכט אין אים, האָבן עטלעכע עדות איבערגעגעבן.
די פּאָליציי זוכט איצט הוליאָ אַסעוועדאָ, דער 44־יאָריקער שאָפֿער פֿונעם BMW, וועלכער איז מיט זײַן פּאַסאַזשיר אַנטלאָפֿן גלײַך נאָכן צוזאַמענשטויס.
נחמן — אַ פֿעיִקער יונגערמאַן, וועלכער האָט זיך געלערנט אויף רבֿ — איז נפֿטר געוואָרן אין „בית־ישׂראל שפּיטאָל‟, און רייזי איז אויסגעגאַנגען אין „בעלוויו־שפּיטאָל, בעת איר זון איז געבוירן געוואָרן.
טויזנטער מענטשן זענען בײַגעווען בײַ די לוויות פֿונעם פּאָרל אין וויליאַמסבורג זונטיק, און מע האָט זיי מקבר געווען אין אַ בית־עולם אין קרית־יואל. אַ וואָרטזאָגער פֿון דער סאַטמערער קהילה, ר׳ יצחק אַבֿרהם, האָט געזאָגט דער „דיילי ניוס‟ (Daily News), אַז מע האָט דעם קינד געמאַכט אַ ברית־מילה, און אַ נאָמען געגעבן נאָכן פֿאַרשטאָרבענעם טאַטן. דערנאָך האָט מען עס באַערדיקט לעבן זײַן טאַטע־מאַמע.
„מיר וועלן פֿאָדערן, אַז די פּראָקוראָרן זאָלן באַשולדיקן די פּחדנים אין אַ דרײַפֿאַכיקן מאָרד, נישט ווייניקער,‟ האָט אַבֿרהם דערקלערט.
ווי עס גיט איבער די פּאָליציי, האָט דער BMW נישט געהערט צום שאָפֿער, נאָר צו אַ 29־יאָריקער אײַנוווינערין פֿון בראָנקס, טאַקיאַ וואָקער, וועלכע איז מאָנטיק באַשולדיקט געוואָרן אין שווינדל, פֿאַר האָבן דערלויבט אַ צווייטן צו פֿירן איר אויטאָ, ווען די פּאַפּירן זענען געווען אויף איר נאָמען.
נחמן און רייזי גלויבער האָבן ביידע געשטאַמט פֿון אָנגעזעענע פֿאַמיליעס. נחמנס משפּחה האָט געגרינדעט G & G Clothing, אַ פּאָפּולער געשעפֿט פֿון חסידישע מלבושים פֿאַר מענער און ייִנגלעך, און רייזי איז געווען אַ טאָכטער פֿון אַ באַקאַנטער רבנישער משפּחה.
אַ 30־יאָריקער עסקן פֿון מאָנסי, וועלכער קען גוט די משפּחה גלויבער, האָט איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז נחמנס טאַטע, ר׳ יום־טובֿ גלויבער, איז „אַ בעל־צדקה‟.
„מיט צוויי חדשים צוריק איז אין מאנראָו אויסגעבראָכן אַ שׂריפֿה, און בײַ זעקס משפּחות האָבן אָפּגעברענט די הײַזער,‟ האָט ער דערציילט. „גלויבער האָט אַלעמען פֿון זיי געגעבן „סוטס‟ [אָנצוגן], בחינם.‟
ווען דער עסקן האָט איין מאָל געשיקט זײַנס אַ באַקאַנטן, אַן אָרעמער חתן פֿון ארץ־ישׂראל, צו די גלויבערס, האָט מען דעם חתן געגעבן אַ בעקעטשע, העמד און הויזן צו דער חתונה. „אַזאַ ׳אַוטפֿיט׳ [קליידונג] קאָן קאָסטן נאָענט צו 1,500$,‟ האָט ער צוגעגעבן.
דער יונגער גלויבער האָט נישט געהאַט דאָס געלט אַוועקצושענקען בעקעשעס, אָבער ער האָט געטאָן גמילת־חסד אויף זײַן אייגענעם שטייגער, האָט דער עסקן באַטאָנט. „יעדן אינדערפֿרי האָט ער זיך אויפֿגעוועקט 4־5 אַ זייגער פֿאַרטאָג, כּדי צו מאַכן אַ מנין צו זאָגן תּהילים,‟ האָט דער עסקן געזאָגט. „ער האָט עס אָנגעהויבן טאָן, ווען ער איז נאָך געווען אַ בחור פֿון 15 יאָר.‟
בעת רייזיס לוויה האָט איר טאַטע, ר׳ יצחק זילבערשטיין, געלויבט זײַן איידעם צוליב דעם וואָס ער און רייזי האָבן יעדן אָוונט געגעסן וועטשערע בײַ אירע עלטערן. „זיי האָבן פֿאַרבראַכט גאַנצע טעג אין איינעם,‟ האָט ער געזאָגט. „ווי שיין ער האָט אויף איר אַכטונג געגעבן, און זי אויף אים! קיינער פֿאַרשטייט נישט ווי אַזוי דאָס האָט געקאָנט געשען.‟
רייזיס טאַטע האָט זיך דערמאָנט אין דער פֿרייד, וואָס די משפּחה האָט איבערגעלעבט, אויף דער חתונה פֿון זײַן טאָכטער, די מיזינקע. „בעת דעם מיצווה־טאַנץ, האָט יעדער געוויינט פֿאַר גליק,‟ האָט ער געזאָגט. „איצט וויינט יעדער פֿאַר צער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.