ערן־אָרדן פֿאַר אַ „פֿאָרווערטס‟־לייענער

Norway Forverts Reader Honored

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published March 06, 2013, issue of March 15, 2013.

„דער קעניגלעכער נאָרוועגישער אָרדן פֿון סאַנקט אָרלאַוו‟ האָט מען אָנגעהויבן אויסצוטיילן אין 1847. דער גרויס־מײַסטער פֿונעם אָרדן, ביז הײַנט, איז דער מלך פֿון לאַנד. „סאַנקט אָרלעווס אָרדן‟ איז לכתּחילה געווען פֿאַרבונדן מיט ריטערשאַפֿט, אָבער זינט 1985 ווערן די נאָרוועגישע בירגער אָנערקענט מיט אים אָרדן פֿאַר זייער אויסערגעוויינטלעכע מעשׂים לטובֿת דעם לאַנד און דער מענטשהייט.

הערמאָן קאַהאַן
הערמאָן קאַהאַן

דאָס יאָר, דעם 18טן פֿעברואַר, האָט הערמאַן קאַהאַן פֿון אָסלאָ באַקומען דעם אָרדן — אַ „פֿאָרווערטס‟־אָבאָנענט, פֿון 1949 ביז הײַנט. דער 87־יאָריקער קאַהאַן איז געבוירן געוואָרן אין סיגעט, אַ שטעטל אין רומעניע, וווּ ער האָט געקנעלט אינעם זעלבן חדר מיט אלי וויזעל. קאַהאַן האָט איבערגעלעבט אוישוויץ, מאַוטהאַוזען און אַנדערע לאַגערן, און איז ממש אַרויסגעשלעפּט געוואָרן פֿון אַ קופּע מתים. ער האָט געוווּסט, אַז זײַן שוועסטער האָט אויך איבערגעלעבט דעם חורבן, אָבער נישט געוווּסט, וווּ זי געפֿינט זיך.

אין 1949, אויפֿן וועגן קיין אַמעריקע האָט ער זיך דערוווּסט, אַז זי איז אין נאָרוועגיע, און איז צו איר געפֿאָרן. ער האָט בדעה געהאַט זיך נאָר צו זען מיט איר, און ווײַטער פֿאָרן אויף זײַן וועג, אָבער ער איז געבליבן אין אָסלאָ מיט דער שוועסטער, און דאָרטן אויפֿגעבויט אַ ייִדיש לעבן מיט דער דאָרטיקער קליינער ייִדישער קהילה. זײַן אָבאָנעמענט פֿון „פֿאָרווערטס‟, אַגבֿ, האָט זיך אָנגעהויבן אינעם זעלביקן יאָר.

קאַהאַן האָט אָנגעהויבן זײַן פּרנסה מיט אַ געשעפֿט פֿון זאָקנוואַרג און סוועטערס, און האָט זיך שפּעטער פֿאַרנומען מיט „ריל עסטייט‟, גרונט־מיסחר, און געוואָרן אַן אָנפֿירער אין דער ייִדישער קהילה. ער האָט חתונה געהאַט, געהאַט פֿינף קינדער, און זיי אַלע געשיקט קיין ישׂראל. איין טאָכטער, בענטע קאַהאַן, איז באַקאַנט ווי אַ זינגערין אויף ייִדיש און פּויליש. זי האָט געשאַפֿן די „בענטע קאַהאַן־פֿונדאַציע‟, און צווישן די פּראָיעקטן פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט מען געהאָלפֿן רעמאָנטירן אַן אַלטע שיל אין ברעסלע, וואָס איז הײַנט אַ צענטער פֿאַר דער ייִדישער קולטור און דערציִונג.

אינעם שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟ די וואָך האָט קאַהאַן דערציילט, אַז דאָס ייִדישע לעבן אין נאָרוועגיע „איז אַ מחיה. מע לעבט ווי אַ ייִד; אַ ייִדיש לעבן אָן קיין סך ייִדן‟. 35 יאָר האָט ער אַקטיוו זיך באַטייליקט אין דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער קהילה. ער האָט אויף זיך גענומען דאָס אַחריות, צו בויען בריקן מיט דער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג אין נאָרוועגיע, זיי לערנען וואָס הייסט ייִדישקייט, וואָס הייסט, צו זײַן אַ ייִד, און דורך אַזאַ מיטל באַקעמפֿן דעם אַנטיסעמיטיזם אין לאַנד, וואָס ער האַלט, געפֿינט זיך דאָרטן בלויז צוליב אומוויסן און עם־הארצות. אַ סך נאָרוועגער, אפֿשר ס‘רובֿ פֿון זיי, קענען נישט קיין ייִדן, „האָב איך געהאַלטן רעפֿעראַטן צו ווײַזן, אַז די צוויי רעליגיעס זענען אַנדערש, אָבער האָבן דעם זעלבן פֿונדאַמענט. ווען מע נעמט אַרויס די ייִדישקייט פֿונעם נײַעם טעסטאַמענט, האָט מען גאָרנישט. איך האָב גערעדט צו דער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג, איר אויפֿצוקלערן וועגן די פֿאַרשיידענע ליגנס, די בילבולים אויף ייִדן ווי מע לייענט אין די „פּראָטאָקאָלן פֿון די זקנים פֿון ציון‟. איך האָב זיי באַוויזן, אַז ס‘איז נישט אמת‟. ער האָט זיי געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז די ייִדן זענען גוטע בירגער אומעטום וווּ זיי וווינען, און בײַשטײַערן צו דער קולטור און דעם וווילטאָג פֿון לאַנד.

אין געוויסע אַרטיקלען אין דער פּרעסע האָט מען געשריבן, אַז דער אַנטיסעמיטיזם אין נאָרוועגיע איז גרויס, און דאָס לייקנט קאַהאַן שטיין און ביין. „דער אמת איז, אַז נאָרוועגיע איז בכלל נישט קיין רעליגיעז לאַנד; מע גיט אַ קוק אַרײַן אין קלויסטער, זעט מען בלויז עטלעכע מענטשן. אַ סך נאָרוועגער העלפֿן די ייִדן און ישׂראל‟.

קאַהאַן האָט אויך זיך פֿאַרבונדן מיט דער רעלאַטיוו נײַער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג אין נאָרוועגיע, און איז זיך מודה, אַז „נישט ווייניק זענען קעגן ישׂראל‟. די איצטיקער נאָרוועגער רעגירונג האָט אויך פּראָבלעמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל, אָבער קאַהאַן איז אָפּטימיסטיש געשטימט, אַז אין די וואַלן דעם סעפּטעמבער וועלן די אַנדערע צוויי פּאַרטייען געווינען און „אײַנפֿירן אַן אַנדער צוגאַנג צו ישׂראל.‟

וואָס שייך דעם „פֿאָרווערטס‟ וואָס ער לייענט שוין מער ווי 60 יאָר, זאָגט ער, אַז „ס‘איז אַ מחיה צו לייענען יעדע וואָך, יעדן אַרטיקל — די פּאָליטישע, די היימישע זאַכן. נאָר איין קריטיק — קען מען אפֿשר אָפּדרוקן נײַערע וויצן?‟. מיר וועלן זיך באַמיִען פֿרײַנד קאַהאַן, אָבער דערווײַל פֿרייען מיר זיך צוזאַמען מיט אײַך פֿאַר דעם גרויסן כּבֿוד, וואָס מע האָט אײַך אויסגעטיילט. די צערעמאָניע קען מען זען אויף דער נאָרוועגישע טעלעוויזיע בײַ דעם וועב־אַדרעס, בײַ 19:29 מינוט:

//tv.nrk.no/serie/dagsrevyen/nnfa19021813/18-02-2013



Highlight or double-click any word to see its English translationxDon't show again
loading