די גאַנצע װעלט האָט ליב מאַרק שאַגאַלן פֿאַר זײַנע פֿאַנטאַסטישע, נאַיִװע, הגם צומאָל זיסלעך־נאָסטאַלגישע מאָלערישע געשטאַלטן. אײניקע זײַנען שױן לאַנג געװאָרן קלישעס, װי למשל ״דער פֿידלער אױפֿן דאַך״, װאָס דינען װי עמבלעמע־אימאַזשן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן שטעטל. אָבער אײניקע ייִדישע קריטיקער האָבן שױן לאַנג דערקענט די ליטעראַרישע און פֿאָלקלאָרישע יסודות פֿון שאַגאַלס מאָלערישן כּוח־הדמיון. לעאָ קעניג האָט פֿאַרגליכן שאַגאַלן מיט שלום עליכמען. אין 1929 האָט ער געשריבן: ״שאַגאַל זעט מיט דער הילף אָדער דורך דער ייִדישער שפּראַך״.
קעניגס אײַנפֿאַל דינט װי אַן אױסגאַנג־פּונקט פֿאַר דער נײַער אָריגינעלער אױסטײַטשונג פֿון שאַגאַלס קונסט. דאָס בוך פֿון דער דײַטשישער פֿאָרשערין פֿון ייִדישער קונסט און ליטעראַטור סאַבינע קאָלער גיט זיך אָפּ מיט דעם ענין פֿון שאַגאַלס טאָפּלטער אָנגעהעריקײט צו מאָלערײַ און ליטעראַטור. שאַגאַלס אילוסטראַציעס צו די װערק פֿון ייִדישע שרײַבער און דיכטער, אַזעלכע װי יוסף אָפּאַטאָשו, דוד האָפֿשטײן, י. ל. פּרץ, אַבֿרהם סוצקעװער, זײַנען גוט באַקאַנט, הגם עד־היום פֿלעגט מען זײ באַטראַכטן װי אַ זײַטיקער בײַפּראָדוקט פֿון זײַן קינסטלערישער שעפֿעריקײט. אָבער װי עס דערװײַזט די גרונדיקע פֿאָרשונג פֿון פּראָפֿעסאָר קאָלער, זײַנען די דאָזיקע װערק ביז גאָר װיכטיק צום פֿאַרשטײן דעם מהות פֿון שאַגאַלס קונסט.
די פֿאַרבינדונג צװישן װאָרט און בילד איז אַ װיכטיקער טײל פֿון דער עסטעטיק פֿונעם קינסטלערישן אַװאַנגאַרד. דער דערצײלערישער סיפּור–המעשׂה און די סימבאָלישע געשטאַלט װערן צעשמאָלצן דורך אַ נײַעם אַחדות; װערן אַרײַנגעטאָן אין אַ שמועס “אַיבערן פּלױט״, װאָס טראַדיציאָנעל צעטײלט אָט די פֿאַרשידענע אױסדרוק־מעדיומס. שאַגאַל האָט זיך באַקענט מיטן אינטערנאַציאָנאַלן אַװאַנגאַרד־סטיל בעת זײַנע שטודיעס אין פּאַריז פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה. אָבער ערשט אין רוסלאַנד נאָך דער רעװאָלוציע האָט ער דערטאַפּט זײַן אײגענעם סטיל, װאָס האָט סינטעזירט די דערגרײכונגען פֿון דער מאָדערניסטישער מאָלערײַ מיט דער ייִדישער װאָרט־קונסט.
ער האָט זיך אױסגעלערנט צו שעפּן פֿון דרײַ קװאַלן: פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן אַװאַנגאַרד, פֿון דער רוסישער רעװאָלוציאָנערער קונסט, און פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. די דאָזיקע זוכענישן זעט מען בולט אין שאַגאַלס אילוסטראַציעס צו האָפֿשטײנס בוך פֿון פּאָגראָם־לידער ״טרױער״. שאַגאַל פּרוּװט דאָ צו שאַפֿן אַן אײגענע בילדערישע שפּראַך, װאָס זאָל פֿאַרטיפֿן און פֿאַרשאַרפֿן דעם זין פֿון האָפֿשטײנס פּאָעזיע. אין פּראָפֿעסאָר קאָלערס װערטער, ״שאַגאַל מאַכט די שטים זעיִק״.
אין די װײַטערדיקע קאַפּיטלען באַהאַנדלט קאָלער די באַציִונגען צװישן שאַגאַלס בילדערישקײט און ליטעראַטור אױפֿן סמך פֿון די װערק פֿון ניקאָלײַ גאָגאָל, איסאַק באַבעל, איציק מאַנגער, יוסף אָפּאַטאָשו, אַבֿרהם סוצקעװער און אַנדערע שרײַבער. זי באַװײַזט, אַז אַפֿילו אין יענע װערק װאָס האָבן ניט קײן דירעקטן שײַכות צו ליטעראַטור, בלײַבט זײַן סטיל ליטעראַריש בתּוך. שאַגאַל האָט אַלײן באַטאָנט דאָס חשיבֿות פֿון דער פֿאַרבינדונג צװישן ליטעראַטור און מאָלערײַ אין זײַן װענדונג צו ״ייִװאָ״׃ ״װען די ייִדישע פּאָעזיע, די ייִדישע ליטעראַטור װאָלט געװען באַהעפֿט מיט אַנדערע קונסטצװײַגן בכלל און מיט דער פּלאַסטישער קונסט בפֿרט, װאָלט עס זי געמאַכט נאָך רײַכער, װאָלט עס פֿאַרשטאַרקט איר שװוּנג סײַ אין גײַסט, סײַ אין סטיל.״
שאַגאַלס קונסט איז תּמיד געװען אי אַקטועל, אי היסטאָריש. ער האָט זיך אָפּגערופֿן אױף די געשעענישן, װאָס האָבן געפֿירט צו דער צװײטער װעלט־מלחמה און דעם חורבן, אַזעלכע װי די ״קרישטאָלנאַכט״ אין דײַטשלאַנד און די דײַטשישע אָקופּאַציע פֿון טשעכאָסלאָװאַקײַ. זײַן סימבאָלישע שפּראַך האָט זיך שטאַרק אַנטװיקלט מיט די יאָרן, אָבער איז פֿאַרבליבן טיף אײַנגעװאָרצלט אין דער עסטעטיק פֿון מאָדערניזם און אַװאַנגאַרד. מיט דער צײַט איז שאַגאַלס סטיל געװאָרן מער טראַדיציאָנעל און דערצײלעריש, און דערפֿאַר מער צוטריטלעך פֿאַרן עולם, װאָס איז ניט באַקאַנט מיט ייִדיש. דערפֿאַר באַמערקן דאָס רובֿ שאַגאַל־פֿאָרשער, דער עיקר, די אוניװערסאַלע עלעמענטן פֿון מערבֿדיקער קולטור, בפֿרט די קריסטלעכע מאָטיװן, װאָס װערן בולט אין שאַגאַלס קונסט אין די 1930ער יאָרן.
אָבער דעם חורבן און די צװײטע װעלט־מלחמה בכלל איז שאַגאַל ניט אָפּצוטײלן פֿונעם גורל פֿון זײַן שטאָט װיטעבסק און פֿון די אָרטיקע ייִדן. װי עס דערקלערט קאָלער, ״שאַגאַלס פּריװאַטע מעטאַפֿאָרע שטויסט אַרויס צום ראַנד די ׳אָפֿיציעלע׳ מעטאַפֿאָרישע געשטאַלטן פֿונעם חורבן (װי למשל דער לאַגער, די בערג פֿון טױטע קערפּער, דער טױער פֿון אױשװיץ)״. דער חורבן — סײַ אין מיזרח־אײראָפּע סײַ אין פֿראַנקרײַך — איז פֿאַר שאַגאַל געװען, קודם־כּל, אַ פּריװאַטע טראַגעדיע. אין דער דיכטערישער װידמונג צו דעם בוך ״אונדזערע פֿאַרפּײַניקטע קינסטלער״ (פּאַריז, 1951) שרײַבט שאַגאַל: ״צי האָב איז זײ אַלעמען געקענט? צי בין איך געװען / אין זײער אַטעליע? צי האָב איך געזען זײער קונסט / פֿון נאָענט צי פֿון װײַטן?״ די אומגעקומענע קינסטלער ענטפֿערן: ״װוּ ביסטו געװען?״ װי קאָלער טײַטשט אױס דאָס דאָזיקע ליד, מאַכט שאַגאַלן דער שמועס מיט די טױטע שטום, ער קאָן ניט געפֿינען קײן װערטער, כּדי צו באַרעכטיקן זיך אַליין.
״די קונסט איז אין שאַגאַלס אידעאַליסטיש װעלטבילד תּמיד דער פֿאַראײניקונג־פּרינציפּ״ — דאָס איז דער צענטראַלער טעזיס פֿון קאָלערס פֿאָרשונג. זי באַװײַזט, אַז די יסודות פֿון דער דאָזיקער קונסט־פֿילאָסאָפֿיע דאַרף מען זוכן דװקא אין שאַגאַלס אילוסטראַטיװער גראַפֿיק. די צײַט, װאָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין פּאַריז ערבֿ דער ערשטער װעלט־מלחמה איז געװען ביז גאָר װיכטיק פֿאַר זײַן אַנטװיקלונג װי אַ מאָלער, און זי האָט איבערגעלאָזט זײער אַ שטאַרק שטעמפּל אין זײַן סטיל. אָבער אָן דער שאַפֿערישער מיטאַרבעט מיט די ייִדישע דיכטער, ליטעראַטן און קינסטלער, בפֿרט אין די ערשטע יאָרן נאָך דער רוסישער רעװאָלוציע, װאָלט שאַגאַל קײנמאָל ניט אַנטדעקט דעם טיפֿערן סימבאָלישן באַטײַט פֿון דער ייִדישער בילדערישקײט, װאָס האָט אױסגעפֿורעמט זײַן קינסטלערישן װעלטבאַנעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.