ייִדישע בחורים און מיידלעך, צווישן 18 און 26 יאָר אַלט, וועלכע פֿאַראינטערעסירן זיך אין דראַמאַטישער קונסט און דער פֿאַרווײַלונג־אינדוסטריע, קאָנען זיך איצט פֿאַרשרײַבן אויף אַ 10־טאָגיקן וויזיט קיין ישׂראל דעם קומעדיקן אויגוסט, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, וווּ זיי וועלן זיך באַקענען מיט פּראָפֿעסיאָנעלע ישׂראלדיקע זינגער, מוזיקער, אַקטיאָרן און קאָמיקער.
די נסיעה ווערט אָרגאַניזירט פֿונעם „אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד‟, און איז איינע פֿון אַ סעריע נסיעות קיין ישׂראל, געווידמעט די יונגע ייִדן פֿון אַ ספּעציפֿישער באַפֿעלקערונג אָדער אינטערעס. די נסיעות זענען אַ טייל פֿונעם פּראָיעקט Israel Free Spirit, אָדער IFS, וואָס דער אָרטאָדאָקסישער פֿאַרבאַנד פֿירט דורך בשותּפֿות מיט Taglit-Birthright Israel.
הגם די נסיעות קומען פֿאָר אונטער דעם אויפֿזיכט פֿונעם אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד, זענען ס׳רובֿ פֿון די באַטייליקטע דווקא נישט קיין פֿרומע.
„אונדזער ציל איז נישט צו מאַכן זיי פֿרום, אָבער פּשוט צו געבן זיי אַ געפֿיל פֿון טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט,‟ האָט דערקלערט סטיווען סטײַנער, דער פּירסום־דירעקטאָר פֿונעם פֿאַרבאַנד.
די באַטייליקטע אין דער דאָזיקער טעאַטער־קונסט־נסיעה וועלן, ווי די באַטייליקטע פֿון די אַנדערע „געבורטרעכט‟־טורן, באַזוכן דעם כּותל־המערבֿי, „יד־ושם‟, נגבֿ און מצדה. אַחוץ דעם, וועט די גרופּע זיך אויך באַקענען מיט יונגע ישׂראלים, וועלכע האָבן אַן אינטערעס אין טעאַטער, קאָמעדיע און מוזיק, און אויך מיט עטאַבלירטע פּראָפֿעסיאָנאַלן אין ישׂראלדיקן טעאַטער און פֿאַרווײַלונג, וועלכע קענען זיי איבערגעבן אַ פּערספּעקטיוו פֿון ישׂראל, וואָס ווייניק מענטשן ווייסן; און אפֿשר אויך געבן זיי עצות, ווי אַזוי זיי וואָלטן מיט דער צײַט געקאָנט אַליין אָנהייבן אַ קאַריערע אין ישׂראל אין דעם געביט.
דערצו וועלן די יונגע לײַט זיך באַקענען מיט סאָלדאַטן, וועלכע דינען ווי זינגער, מוזיקער און קאָמיקער אין מיליטער.
„ס׳איז וויכטיק, אַז דער יונגער דור פֿון אַמעריקע זאָל זען די אַרבעט, וואָס יונגע ישׂראלים טוען, בפֿרט אַז דאָס איז אַן אַרבעט וואָס פֿאַראינטערעסירט זיי,‟ האָט דערקלערט יעל תּמרי, די בילדונג־דירעקטאָרין פֿון דער IFS. „די סאָלדאַטן, מיט וועמען מיר וועלן זיי באַקענען, למשל, טרעטן אויף סײַ פֿאַר אַנדערע סאָלדאַטן, סײַ פֿאַר דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג בכלל. דאָס זענען די פּײַקלער און טרומייט־שפּילער וואָס מאַרשירן, שפּילנדיק אויף זייערע אינסטרומענטן, אויף די אָפֿיציעלע ישׂראלדיקע פֿײַערונגען און צערעמאָניעס.‟
די באַטייליקטע וועלן זיך אויך באַקענען מיט באַקאַנטע קאָמיקער, וועלכע אַרבעטן פֿאַר Stand-up for Israel און Comedy for Koby, און זאַמלען דערבײַ געלט צו העלפֿן די ישׂראלדיקע משפּחות, וועלכע האָבן געליטן פֿון טעראָריזם. איינער פֿון די אָנפֿירער פֿון דעם טור — אַבֿי ליבערמאַן — איז אַליין אַ הצלחהדיקער פּראָפֿעסיאָנעלער קאָמיקער.
דער אָרטאָדאָקסישער פֿאַרבאַנד פֿירט טורן פֿאַר מענטשן פֿון פֿאַרשידענע אינטערעסן. „במשך פֿון די לעצטע עטלעכע חדשים — האָט דערציילט סקאַט שולמאַן, דער פּראָגראַם־דירעקטאָר — האָבן מיר געבראַכט קיין ישׂראל צוויי גרופּעס: איינע, פֿון יונגע־לײַט, וועלכע זענען שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין דער הײַנטיקער מעדיאַ, ווי ׳פֿייסבוק׳, דאָקומענטאַר־פֿילמען, בלאָגס און זשורנאַליזם; און אַ צווייטע נסיעה פֿאַר מענטשן, וועלכע זענען אַקטיוו אין פֿאַרהיטן דעם סבֿיבֿה־מצבֿ. אין ביידע פֿאַלן, האָבן מיר זיי באַקענט מיט ישׂראלדיקע יונגע־לײַט און פּראָפֿעסיאָנעלן, וועלכע אַרבעטן אין דעם געביט.‟
אַזוי ווי בײַ די אַנדערע „געבורטרעכט‟־נסיעות, האָפֿן די אָנפֿירער, אַז דער 10־טאָגיקער באַזוך קיין ישׂראל וועט בײַ די יונגע לײַט פֿאַרשטאַרקן זייער ייִדישע אידענטיטעט און זייער פֿאַרבינדונג מיט ישׂראל.
„בײַ אַ סך אַמעריקאַנער יונגע ייִדן הערשן עטלעכע סטערעאָטיפּן וועגן ישׂראל,‟ האָט תּמרי דערקלערט. „ערשטנס, אַז ישׂראל איז אַן אַלט־מאָדיש לאַנד, און צווייטנס, אַז זיי באַהאַנדלען די אַראַבער נישט שיין.
„די סטערעאָטיפּן הערט מען נאָך מער אינעם געביט פֿון טעאַטער, קינאָ און פֿאַרווײַלונג, וווּ כּמעט יעדער איז דאָרט לינק־געשטימט, און אָפֿט מאָל הערט מען אַנטי־ישׂראלדיקע פּראָפּאַגאַנדע, וואָס גרענעצט צו־מאָל מיט אַנטיסעמיטיזם. אויב מיר קענען צוציִען די יונגע לײַט, איידער זיי ווערן פֿאַרשלונגען אין יענער וועלט, וועלן זיי האָבן אַ מער פּאָזיטיווע אידענטיפֿיקאַציע מיטן ייִדישן פֿאָלק, און וועלן בײַ דער אַרבעט אַרויסווײַזן שטאָלץ מיט זייער ייִדישקייט, אַנשטאָט צו באַהאַלטן זייער ייִדישן אָפּשטאַם.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.