צום 100־יאָריקן געבורטסטאָג
יחיאל שרײַבמאַן האָט אָנגעשריבן צענדליקער עסייען־פּאָרטרעטן וועגן די ייִדישע שרײַבער. איז לאָמיר אויך פּרוּוון צו שילדערן זײַן פּאָרטרעט, זיך פֿאָרשטעלן זײַן פֿאָטאָגראַפֿיע, אויף די זײַטלעך פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, דערנעבן די, וועמען ער האָט געמאָלט, באַשריבן אין זײַנע עסייען און זכרונות.
די ערשטע פֿאָטאָגראַפֿיע, איז אַ ווירטועלע, אַ שוואַרץ־ווײַסע, אַזאַ ווי מע פֿלעג מאַכן אין אָנהייב 20סטן י”ה. אויף דעם בילד: מענדעלע מוכר־ספֿרים, יצחק־לייבוש פּרץ, שלום־עליכם און לעבן זיי ער, יחיאל שרײַבמאַן, זייער אייניקל, אָן אַ באָרד, אָן אַ בערדל, אָן וואָנציעס, ווי כּמעט אַלע אַנדערע בעסאַראַבער ייִדישע שרײַבער. “אין פֿירן זענען זיי געזעסן” — די קלאַסיקער אונדזערע, און דער, וואָס האָט פֿאַרגעטערט די דרײַ גרונטלייגער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור — יחיאל שרײַבמאַן. זײַן פּנים שײַנט — ער, אַ געבוירענער אין אַ קליין בעסאַראַבער שטעטל ראַשקעוו, האָט דעם כּבֿוד און די זכיה צו זיצן לעבן די גדולים פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
צי איז באַרעכטיקט אַזאַ פֿאָטאָגראַפֿיע, צי איז ער אויף איר ניט קיין איבעריקער? צי קאָן מען בכלל מאַכן אַזאַ פֿאַרגלײַך, זאָל אַפֿילו זײַן אויף אַ ווירטועלער פֿאָטאָגראַפֿיע? כ’מיין, אַז יאָ! ערשטנס, איז ער, י. שרײַבמאַן, זייער ליטעראַריש אייניקל, ווי ער רופֿט זיך אַליין אָן. צווייטנס, ער האָט געירשנט בײַ אונדזערע קלאַסיקער ניט ווייניק מעלות זייערע, די “געבורטס־סימנים” קאָן מען געפֿונען אין זײַנע נאָוועלן, דערציילונגען, מיניאַטורן… ווען יחיאל שרײַבמאַן וואָלט אָנגעשריבן בלויז די “ראַשקעווער מעשׂיות”, וואָלט שוין דאָס אַליין באַרעכטיקט זײַן אָרט אויף דער פֿאָטאָגראַפֿיע מיט די קלאַסיקער…
די צווייטע פֿאָטאָגראַפֿיע, קאָן שוין זײַן אַ רעאַליסטישע — די בעסאַראַבער ייִדישער שרײַבער!
אויף דער פֿאָטאָגראַפֿיע זיצן: אליעזר שטיינבאַרג, יעקבֿ שטערנבערג, משה אַלטמאַן, זלמן ראָזענטאַל, בנימין טוטשינסקי… ווײַטער דער צווייטער דור: מאָטל סאַקציער, יאַנקל יאַקיר און דערנאָך די יונגע: צבֿי צעלמאַן, אַהרן אָקניצער און אויך ער — יחיאל שרײַבמאַן. דער יונגער יחיאל… אין יאָר 1936, האָט ער זיך אָנגעהויבן דרוקן אין פֿאַרשיידענע ייִדישע אויסגאַבעס פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פּוילן, רומעניע. אויף דער אַלגעמיינער פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון די בעסאַראַבער ייִדישע שרײַבער איז דער יונגער יחיאל איינער פֿון… נאָר הײַנט קאָן מען זיך שוין ניט פֿאָרשטעלן די ייִדישע ליטעראַטור פֿון דעם זוניקן קאַנט אָן אים. ער איז געוואָרן איינער פֿון די אָנגעזעענע פֿאָרשטייער פֿון דער דאָזיקער ליטעראַטור, ווײַל פֿאַר זײַנע נאָוועלן, דערציילונגען, ראָמאַנען איז כאַראַקטעריסטיש די העכסטע בעסאַראַבישע ייִדישקייט און די אייגנאַרטיקע ייִדישע בעסאַראַבישקייט…
נאָך צוויי פֿאָטאָגראַפֿיעס. מיט די סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער. די ערשטע איז געמאַכט אין ווײַטן 1946. אויפֿן בילד: דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, דוד בערגעלסאָן, לייב קוויטקאָ… און נאָך אַ מאָל ער — דער יונגער יחיאל שרײַבמאַן. ער האַלט אין די הענט דאָס ערשטע ביכעלע זײַנס: “דרײַ זומערס”. מיט דעם ביכעלע איז ער אַרײַנגעטראָטן אין דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור, געוואָרן אַ ייִדישער סאָוועטישער שרײַבער. אַנטלויפֿנדיק פֿון דער קוזיסטישער רומעניע אין 1940 קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט ער ניט געביטן זײַן אידעאָלאָגיע. ווי כּמעט אַלע בעסאַראַבער ייִדישע שרײַבער, איז ער געווען אין רומעניע אַ “לינקער” און ערנסט געוואָלט, אַז די “קרומקייט” פֿון דער וועלט זאָל זײַן אַ ביסל אויסגעגלײַכט. ער האָט אויפֿריכטיק געגלייבט, אַז טוען קאָן עס נאָר דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. יחיאל שרײַבמאַנס אויגן שטראַלן אויף דער פֿאָטאָגראַפֿיע. פֿאַרשטייט זיך, אַז ער איז גליקלעך, וואָס זײַן סאָוועטישער ליטעראַרישער בכור — די “דרײַ זומערס”, האָט אַ דערפֿאָלג בײַ די גרויסע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער.
דער פּעריאָד פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל “סאָוועטיש היימלאַנד”. אויף דער צווייטער פֿאָטאָגראַפֿיע: הירש אָשעראָוויטש, עוזר האָלדעס, נאָטע לוריע, חיים מעלאַמוד, יחיאל פֿאַליקמאַן, הערשל פּאָליאַנקער, מאַרק ראַזומני, נחום אויסלענדער, רחל בוימוואָל, אַבֿרהם גאָנטאַר, שמואל גאָרדאָן, שירה גאָרשמאַן, טבֿיה גען, מאָטל גרוביאַן, הירש דאָבין, שיקע דריז, אַהרן ווערגעליס, משה טייף, זיאַמע טעלעסין, מישע לעוו, אלי פֿאַלקאָוויטש, יוסף קערלער, יוסף ראַבין, רבֿקה רובין, שלמה ראַבינאָוויטש, הירש רעמעניק, מויני שולמאַן… און צווישן דער בכּבֿודיקער גרופּע ייִדישע סאָוועטישע שרײַבער — יחיאל שרײַבמאַן.
אַ גלײַכער צווישן גלײַכע. אַרום אים זײַנע חבֿרים, זײַנע פֿרײַנד, זײַנע פּענברידער. שרײַבמאַן דרוקט זיך רעגולער אינעם זשורנאַל, ס’גייען אַרויס זײַנע ביכער אויף ייִדיש, מע זעצט זיי איבער אויף מאָלדאַוויש און רוסיש. דאָס איז געווען פֿאַר יחיאל שרײַבמאַנען דער סאַמע בליִענדיקער פּעריאָד, דער סאַמע שאַפֿערישער, דערפֿאָלגרײַכער…
און נאָך איין פֿאָטאָגראַפֿיע, די לעצטע. אין צענטער פֿון דעם בילד זיצט ער, יחיאל שרײַבמאַן און פֿון ביידע זײַטן, זײַנע תּלמידים — באָריס סאַנדלער און מײַן ווייניקייט, משה לעמסטער. אויף דער פֿאָטאָגראַפֿיע איז שרײַבמאַן פֿאַר אונדז, אי מענדעלע מוכר־ספֿרים, אי יצחק־לייבוש פּרץ אי שלום־עליכם. זײַן פּנים שײַנט, ער מעג זײַן מיט זיך צעפֿרידן! ער האָט אויף דעם רעכט.
צום ערשטן מאָל מיט מײַנע לידער בין איך געקומען צו יאַנקל יאַקיר, וועלכער האָט מיר געזאָגט: “איר גייט אַרויס אויף דער בינע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין איר לעצטן אַקט”. ווען באָריס סאַנדלער איז געקומען מיט זײַנע דערציילונגען צו יחיאל שרײַבמאַנען און שפּעטער איך, מיט מײַנע לידער, האָט שרײַבמאַן ניט גערעדט וועגן הויכע ליטעראַרישע מאַטעריעס. ער האָט פּשוט אָנגעהויבן יעדע וואָך, יעדן חודש, יעדן יאָר קנעלן מיט אונדז, לערנען אונדז, גענומען אונדז פֿאַר די “הענטלעך” און האָט אַרײַנגעפֿירט אין דער ייִדישער ליטעראַטור. מע האָט אונדז אָנגעהויבן צו דרוקן אין “סאָוועטיש היימלאַנד”, מיר האָבן פֿאַרענדיקט די העכסטע ליטעראַרישע קורסן בײַם מאָסקווער ליטעראַרישן אינסטיטוט, אָרגאַניזירט לויט דער איניציאַטיוו פֿון “סאָוועטיש היימלאַנד”, ס’האָבן זיך באַוויזן די ערשטע ביכער אונדזערע…
אי באָריס סאַנדלער, אי איך ווייסן: אויב דו האָסט ליב די ייִדישע ליטעראַטור, איז חוץ דעם שרײַבן דײַנעם, טו פֿאַר דער דאָזיקער ליטעראַטור עפּעס פּראַקטיש! טראַכט ניט וועגן לעצטן אַקט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, מיין ניט, אַז דו ביסט שוין דער לעצטער שרײַבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אַז דו וועסט אַראָפּלאָזן איר פֿאָרהאַנג; מיר, באָריס און איך, ווייסן עס גוט, ווײַל אַזוי האָט געטאָן און געלערנט אונדז יחיאל שרײַבמאַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.