דעם 30סטן יאַנואַר 1933 האָט די דײַטשישע רעגירונג אָפֿיציעל געלאָזט וויסן, אַז דער פּרעזידענט הינדענבורג האָט געהאַט באַשלאָסן צו שטעלן אַדאָלף היטלערן פֿאַרן קאַנצלער פֿונעם לאַנד. מיט אַ טאָג פֿריִער האָט די סאָציאַל-דעמאָקראַטישע פּאַרטיי צוזאַמען מיט פֿאַרשיידענע לינקע אָרגאַניזאַציעס און יוניאָנס דורכגעפֿירט ריזיקע מאַניפֿעסטאַציעס, מיט הונדערטער טויזנטער אָנטיילנעמער. דערמיט האָט מען בדעה געהאַט צו ווײַזן די גרייס פֿונעם עולם וואָס איז געווען קעגן היטלערן. ווי מיר ווייסן, האָבן די דאָזיקע מאַניפֿעסטאַציעס ניט געהאָלפֿן אָפּצושטעלן די מגפֿה און די נאַציס זײַנען סײַ-ווי-סײַ געקומען צו דער מאַכט. אין די קומענדיקע חדשים האָבן זיי זיך אומברחמנותדיק צערעכנט מיט די לינקע, צו נישט געמאַכט די גאַנצע אינפֿראַסטרוקטור פֿון די סאָציאַליסטישע און קאָמוניסטישע אָרגאַניזאַציעס.
דעם 11טן מײַ 1933 האָט די פּאָליציי אַרעסטירט יעקבֿ לעשצינסקין, דעם פֿאָרשטייער פֿון „פֿאָרווערטס” אין בערלין. עס זעט אויס, אַז די נאַציס האָבן זיך דעמאָלט ניט שטאַרק אינטערערסירט מיט דעם, וואָס דער „פֿאָרווערטס” איז געווען אַ ייִדישע צײַטונג. קאָרעספּאָנדענטן פֿון אַנדערע ייִדישע צײַטונגען, אַרײַנגערעכנט דעם ניו-יאָרקער „טאָג”, האָט מען דאָך דעמאָלט, בדרך-כּלל, ניט געטשעפּעט. ווי אַ רויטע שמאַטע איז פֿאַר די פֿאַשיסטן געווען דער נאָמען גופֿא פֿון דער צײַטונג, ווײַל אַזאַ נאָמען האָט געטראָגן אויך די הויפּט-צײַטונג פֿון דער דײַטשישער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער פּאַרטיי.
אַזוי צי אַזוי, אָבער דערמיט האָט זיך מיט 80 יאָר צוריק פֿאַרענדיקט אַ וויכטיק זײַטל אין דער געשיכטע פֿון דער צײַטונג. אַ סבֿרא, אַז קיין אַנדער אויסלענדישע שטאָט האָט קיין מאָל ניט געהאַט אַזאַ גרויסן „פֿאָרווערטס”-ביוראָ ווי דער ביוראָ, בראָש מיט יעקבֿ לעשצינסקין. בערלין איז געווען אַ באַקוועם אָרט פֿאַר אַזאַ ביוראָ. דערצו איז דער “פֿאָרווערטס”-עולם געווען אין יענע יאָרן ממש פֿאַרליבט אין דײַטשלאַנד. מע האָט עס געהאַלטן פֿאַר אַ הויך-ציוויליזירט לאַנד, ווי אויך — צי אַפֿילו דער עיקר — דאָס לאַנד, וווּ ס׳זײַנען אַזווי שטאַרק געווען די טראַדיציעס פֿון סאָציאַליזם.
אינטערעסאַנטע מענטשן האָבן געאַרבעט אין דעם בערלינער ביוראָ. קודם-כּל, זייער אינטערעסאַנט איז געווען לעשצינסקי אַליין. אַ מענטש, וואָס האָט זיך ניט געלערנט אין קיין שול און נאָר אין משך פֿון אַ קורצער צײַט געווען אַ פֿרײַוויליקער סטודענט אין דער שווייץ, איז לעשצינסקי געוואָרן ברייט באַקאַנט ווי אַ קענער פֿון ייִדישער דעמאָגראַפֿיע און עקאָנאָמיע. זײַנע אַרטיקלען פֿלעגן זיך באַווײַזן אין ערנסטע אַקאַדעמישע זשורנאַלן. גלײַכצײַטיק איז ער געווען אַ פֿעיִקער זשורנאַליסט, זייער אַן אָנגעלייענטער אין ייִדישער און ניט-ייִדישער ליטעראַטור. און אַ מענטש איז ער, ווי איך פֿאַרשטיי, געווען אַ סימפּאַטישער, האָט געהאַט זייער אַ גרויסן קרײַז פֿרײַנד.
כּלערליי מענטשן האָבן אין פֿאַרשיידענע יאָרן געאַרבעט אין דעם בערלינער ביוראָ. אַ געוויסע צײַט איז צווישן די בערלינער „פֿאָרווערטס”-זשורנאַליסטן געווען מאַקס ווײַנרײַך, וואָס איז דערנאָך אַוועק קיין ווילנע און האָט דאָרטן אָנגעפֿירט מיטן ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט, ייִוואָ. אָבער דעם יסוד פֿאַרן ייִוואָ האָט מען דאָך פֿאַרלייגט אין בערלין, און לעשצינסקי איז געווען צווישן די גרינדער, און דערנאָך אַן אַקטיווער מיטאַרבעטער פֿון דעם דאָזיקן ייִדישן אַקאַדעמישן צענטער. בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט דער גורל ווידער צונויפֿגעפֿירט לעשצינסקין און ווײַנרײַכן. דאָס מאָל איז עס געשען אין ניו-יאָרק, וווּ ס‘איז אַנטוויקלט געוואָרן אַ נײַע באַזע פֿאַרן ייִוואָ.
אין משך פֿון עטלעכע יאָר האָט פֿאַרן „גפֿאָרווערטס” געשריבן דער פּראָזאַיִקער דוד בערגעלסאָן, מיט וועלכן לעשצינסקין האָט פֿאַרבונדן אַ נאָענטע פֿרײַנדשאַפֿט. זיי האָבן זיך באַקענט נאָך אין קיִעוו, אין די יאָרן נאָך דער רוסישער רעוואָלוציע, ווען די אוקראַיִנישע הויפּטשטאָט איז אויך געוואָרן אַ וויכטיקער ייִדישער קולטור-צענטער. אָנהייב 1920ער יאָרן זײַנען בערגעלסאָן און לעשצינסקי — יעדער באַזונדער — געקומען קיין בערלין, וווּ עס האָבן זיך דעמאָלט קאָנצענטרירט אַ סך ייִדישע אינטעלעקטואַלן, וועלכע זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון רוסלאַנד. דווקא בערלין איז אויסגעקליבן געוואָרן ווי דאָס אָרט, וווּ ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן געעפֿנט זייער צענטראַלע אָדער אייראָפּעיִשע ביוראָען.
מיט בערגעלסאָנען איז ער זיך, סוף-כּל-סוף, פֿאַנאַנדערגעגאַנגען. בערגעלסאָן איז דאָך געוואָרן אַלץ מער פֿאַרכאַפּט מיטן סאָוועטישן פּראָיעקט, און לעשצינסקי איז געווען גאַנץ סקעפּטיש וועגן קאָמוניזם בכלל און זײַן סאָוועטישן נוסח בפֿרט. דער סוף איז געווען, אַז בערגעלסאָן איז געפֿאָרן קיין מאָסקווע, זיך דאָרטן באַזעצן, און דאָרטן איז אים באַשערט געווען אומקומען, ווען סטאַלינס תּלינים האָבן זיך גענומען פֿאַר דער ייִדישער אינטעליגענץ. לעשצינסקי וועט פֿאַרענדיקן זײַן לעבן אין ישׂראל, אויף זײַן לוויה וועלן קומען די פּני פֿון דער ייִדישער מדינה.
אַבער לאָמיר זיך אומקערן צו די געשעענישן אין מאַרץ 1933. נאָכן אַרעסט פֿון לעשצינסקין, האָט די „פֿאָרווערטס”-רעדאַקציע אָרגאַניזירט אַ קאַמפּאַניע, דער ציל פֿון וועלכער איז געווען צו באַפֿרײַען דעם ייִדישן זשורנאַליסט און געלערנטן. פֿיר טעג איז לעשצינסקי אָפּגעזעסן אין תּפֿיסה, דערנאָך האָט מען אים פֿון דעסטוועגן באַפֿרײַט. מע האָט אים געגעבן צוויי וואָכן, ער זאָל פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, וואָס איז איצט געווען אין די הענט פֿון היטלערס באַנדע. בינו-לבינו, די גאַנצע מיזרח-אייראָפּעיִש-ייִדישע אינטעלעקטועלע קאָלאָניע איז ביסלעכווײַז אַוועקגעפֿאָרן פֿון בערלין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.