מיט פֿרײד האָט די װעלט אױפֿגענומען דעם נײַעם פּױפּסט. פֿאַר די קאַטאָליקן איז עס אַ מעגלעכקײט אָנהײבן אַ נײַע תּקופֿה נאָך די שױדערלעכע מאָנאַטן װאָס די רױמישע קירכע האָט דורכגעמאַכט די לעצטע יאָרן אױפֿן עקאָנאָמישן און מאָראַלישן געביט. סעקס־סקאַנדאַלן, עקאָנאָמישע קאָרופּציע און אַנדערע קלײניקײטן האָבן זיכער גורם געװען די דעמיסיע פֿון די פֿריִערדיקן פּױפּסט. האָט מען לאַנג נישט באַדאַרפֿט װאַרטן און מען האָט אױסגעקליבן אַ יעזויִט װאָס טראָגט דעם נאָמען פֿרענסיס.
װער זײַנען די יעזויִטן? אַ קאַטױלישער אָרדער, געשאַפֿן אין 16טן יאָרהונדערט װאָס האָט זיך אָפּגעגעבן מיט קאַטױלישער דערציִונג, געשאַפֿן שולן און אוניװערסיטעטן איבער דער װעלט און שטאַרק געשטיצט דעם פּױפּסט אין זײַן קאַמף קעגן אילומיניזם און דעם װעלטלעכן ענציקלאָפּעדיזם. איבער זײערע אידעעס האָט מען זײ אַרױסגעטריבן אין 18טן יאָרהונדערט פֿון אײניקע אײראָפּעיִשע און אַמעריקאַנער טעריטאָריעס. דזשאָן אַדאַמס, דער צװײטער אַמעריקאַנער פּרעזידענט האָט זײ פּשוט געהאַסט. אַ סך יעזויִטן האָבן געפֿונען שוץ אין רײַסן (לײענט רײזענס ליד “די קירכן־גלאָקן” װעט איר פֿאַרשטײן פֿאַר װאָס װערט דאָרט דערמאָנט אַ יעזויִט) און אױך אין פּרײַסן. צום ערשטן מאָל אין 500 יאָר װערט אױסגעקליבן אַ יעזויִט צו פֿאַרנעמען די װיכטיקסטע פּאָזיציע אין װאַטיקאַן. אפֿשר דאַרף מען האָבן אַ קעמפֿער אין דער קירכע?
פֿרענסיס פֿון אַסיס, װאָס איז געהײליקט געװאָרן איבער זײַנע אידעעס און קאַמף קעגן רײַכקײט און גרױסהאַלטערײַ, האָט געלעבט סוף 12טן אָנהײב 13טן יאָרהונדערט, אין דער זעלביקער צײַט װי רבי יהודה חסיד, שרײַבער פֿון ספֿר־החסידים און גרינדער פֿון דער מיסטישער גרופּע אַשכּנזישע חסידים, װאָס האָבן אױך געהאַלטן פֿון אָרעמקײט, פּײַניקן דעם גוף, איזאָלירטקײט און עבֿודת־השמים. די פֿראַנציסקאַנער, פֿרענסיס אַסיסעס אָנהענגער, מאַכן פֿון אָרעמקײט זײער אידעאַל.
און דער נײַער פּױפּסט איז אַ יעזויִט און ער האָט אױסגעקליבן דעם נאָמען פֿרענסיס.
װער איז דער אַרגענטינער געבױרענער פֿון איטאַליענישע אימיגראַנטן קאַרדינאַל בערגאָליאָ? קודם־כּל, אַ יעזויִט װאָס איז געװאָרן אַ גלח אין עלטער פֿון 33 יאָר. אַ לערער, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיע און טעאָלאָגיע און אַ קאַטאָליק װאָס האַלט פֿונעם דיאַלאָג מיט אַנדערע גלױבנס. אַ ספֿק, צי ער איז אַ פּלוראַליסט. אָבער שמועסן האָט ער ליב. אין בוענאָס־אײַרעס איז אַרױס אַ בוך “דיאַלאָגן” איבער פֿאַרשײדענע טעמעס, מיט דעם קאָנסערװאַטיװן רבֿ אַבֿרהם סקאַרקאָ, אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה, װאָס רעדט אַ זאַפֿטיקן גאַליציאַנער ייִדיש.
בערגאָליאָ האָט באַזוכט סינאַגאָגעס, איבערהױפּט חנוכּה און יום־כּיפּור. ער איז געקומען אױף די אַקטן װען מען האָט דערמאָנט דעם אױפֿשטאַנד פֿון װאַרשעװער געטאָ. ער האָט זיך אױך באַטײליקט אין די אַקטן, װאָס די קהילה האָט אָרגאַניזירט אױף צו דערמאָנען דעם אַטענטאַט אױפֿן קהילה־בנין, װוּ 85 אַרגענטינער זײַנען אומגעקומקן. און צו די אַלע אונטערנעמונגען פֿלעגט ער קומען אַלײן מיט דעם געװײנטלעכן טראַנספּאָרט. ער האָט פֿײַנט לוקסוס און לימוזינען און פֿאָרט בעסער מיט אַן אױטאָבוס אָדער מיט דער באַן. ער באַזוכט אָרעמע געגנטן פֿון שטאָט און אומגעגנט, אָבער קײן מאָל ניט ביז שפּעט בײַ נאַכט, װען די אױטאָבוסן הערן אױף צו פֿאָרן. ער װערט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ פּאָפּוליסט; האָט ליב דאָס פֿאָלק און פֿוסבאָל. אַן אָנהענגער פֿון „סאַן לאָרענסאָ‟, אַ פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט פֿון דער געגנט, װוּ ער איז געבױרן געװאָרן.
אין די 1980ער יאָרן איז ער געװען אַ קעמפֿער קעגן נעאָליבעראַליזם; געפֿירט די לעצטע 10 יאָר אַ קאַמף קעגן דער אַרגענטינער רעגירונג איבער זײער פּאָליטיק און קאָרופּציע װאָס הערשט אין לאַנד, אױף אַזױ װײַט, אַז נישט די איצטיקע פּרעזידענטין און נישט איר מאַן, דער פֿריִערדיקער אַרגענטינער פּרעזידענט, האָבן זיך חגא־צײַט נישט באַטײליקט אין די מעסעס אין דעם בוענאָס־אײַרעסער קאַטעדראַל. זײ האָבן בכּיװן פֿאַרלאָזט די שטאָט. פֿאַר די פּעראָניסטן איז ער אַ פּעראָניסט און פֿאַר די ליבעראַלן — אַ קעמפֿער פֿאַר סאָציאַלער גערעכטיקײט.
אײן פֿלעק האָט, אָבער, באַשמוצט זײַן קאַריערע. צװײ יעזויִטן האָט מען אַרעסטירט אין דער צײַט פֿון מיליטערישן רעזשים אין די 1970ער יאָרן און ער װערט באַשולדיקט פֿון אײניקע קרײַזן װי דער, װאָס האָט זײ געמסרט. אײנער פֿון זײ װױנט הײַנט אין אונגאַרן און האָט שװאַך אָפּגעלײקנט די באַשולדיקונג. דער צװײטער האָט בכלל גאָר נישט געװאָלט דערקלערן. בײדע האָבן געזאָגט אַז זײ האָבן אים פֿון לאַנג מוחל געװען.
דערװײַל פֿרײט זיך אַרגענטינע; פֿריִער האָט מען געהאַט אַ קײסער איבער דער װעלט — דער פֿוסבאָל־שפּילער מאַראַדאָנאַ. הײַנט רעגירט דער אַרגענטינער מעססי אין באַרצעלאָנאַ און די אַרגענטינער מאַקסימאָ װעט מירטשעם, קעניגן אין האָלאַנד; פֿאַרנעמט פֿרענסיס דעם טראָן אין רױם.
אין 1963 האָט דער איטאַליענישער רעזשיסאָר לוטשינאָ װיסקאָנטי געמאַכט אַ פֿילם “איל גאַטאָפּאַרדאָ” (דער לעמפּערט), באַזירט אױף אַ ראָמאַן פֿון זשיוסעפּע לאַמפּעדוסאַ (1896־1957). גאַטאָפּאַרדיזם אָדער לאַמפּעדוסיזם איז זינט יענע יאָרן געװאָרן אַ טערמין אין דער פּאָליטישער װיסנשאַפֿט, און אַלץ דערפֿאַר װאָס אײנער פֿון די פּערסאָנאַזשן דריקט זיך אױס, אַז “מען דאַרף בײַטן אַלץ, כּדי אַלץ זאָל בלײַבן װי געװען און אַז מען דאַרף פֿירן אַ קאַמף, כּדי אַלץ זאָל בלײַבן װי עס איז”.
פֿרענסיס הײבט אָן דעם קאַמף.
צי װעט עס זײַן גוט פֿאַר ייִדן?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.