סוף וואָך איז פֿון בערלין געקומען אַ טרויעריקע בשׂורה: ס‘איז געשטאָרבן דער באַקאַנטער ייִדישער זינגער, אַקטיאָר און קאָמפּאָזיטאָר מאַרק אײַזיקאָוויטש ז‟ל.
מאַרק איז געווען מײַן חבֿר. נאָך מער: ער איז געווען מײַן שאַפֿערישער שותּף. צוזאַמען האָבן מיר געאַרבעט איבער דעם מוזיקאַלישן בוך פֿאַר קליין און גרויס „נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן‟; צוזאַמען געחלומט אַרויסצולאָזן אַ לידער־קאָמפּאַקטל. ער האָט שוין געהאַט פֿאַרענדיקט צו קאָמפּאָנירן די מוזיק צו מײַנע טעקסטן, געזאָלט זיי אַליין זינגען (בעסער פֿון אים וואָלט זיי קיינער נישט אויסגעפֿירט); אָבער די שווערע שלאַפֿקייט האָט זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף אים און אַ היפּשע צײַט אים געפּײַניקט…
מיר האָבן זיך באַקענט אין בערלין בעתן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קונסט און ליטעראַטור. צונויפֿגעפֿירט האָט אונדז טאַקע ייִדיש. אפֿשר נישט אַזוי די שפּראַך גופֿא — צווישן זיך האָבן מיר מערסטן גערעדט רוסיש — ווי די פֿאַרטשאַדעטקייט פֿון ייִדיש. מאַרק איז שוין צו יענער צײַט געווען באַקאַנט אין בערלין ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער אַקטיאָר. פֿאַר זײַן עמיגראַציע — געשפּילט עטלעכע קינאָ־ראָלעס; וועגן אַזאַ אַקטיאָר זאָגט מען, אַז ער האָט אַ קאָלאָריטפֿולע פֿאַקטור. אַ געבוירענער אין אוקראַיִנע, אין דער שטאָט פּאָלטאַווע, האָט ער אײַנגעזאַפּט אין זיך אַלע זאַפֿטן פֿון דער רײַכער אוקראַיִנישער ערד און די שיינע אוקראַיִנישע מעלאָדיעס. אַ ייִד אַ גבֿר!
ער איז געווען פֿון דעם מין אַקטיאָרן, וואָס זײַנען צוגעפּאַסט צו שפּילן אין מוזיקאַלישע ספּעקטאַקלען. דאָס געזאַנג האָט בפֿירוש גענומען די אויבערהאַנט אין זײַן שאַפֿערישער קאַריערע. געשאַפֿן אַ מוזיקאַלישן אַנסאַמבל, איז ער מיט אים אויפֿגעטראָטן אין די שטעט פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ביזן יאָר 1990, ווען ער איז געקומען מיט זײַנע מוזיקער קיין דײַטשלאַנד און שוין דאָרט פֿאַרבליבן אויף שטענדיק.
מיט זײַנע קאָנצערט־פּראָגראַמען, וואָס זײַנען באַשטאַנען פֿון רוסישע, אוקראַיִנישע און ייִדישע לידער, איז ער אַרומגעפֿאָרן איבער דײַטשלאַנד, עסטרײַך, האָלאַנד ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. איך בין געווען אַן עדות, ווען דאָ אין ניו־יאָרק, אין אַ קאָנצערט־זאַל פֿון איבער צוויי טויזנט פּלעצער, האָט דאָס פּובליקום אים נישט געוואָלט אָפּלאָזן פֿון דער בינע און, שטייענדיק אַפּלאָדירט.
ער האָט זיי צוגעזאָגט נאָך צו קומען מיט אַ פּראָגראַם פֿון נײַע ייִדישע לידער. נישט באַשערט… לאָמיר אים פֿאַרגעדענקען, ווי ער איז געווען אין זײַנע בעסטע צײַטן; ווי מיר זעען און הערן אים אין דעם קורצן מוזיקאַלישן פֿילם.
כּבֿוד זײַן אָנדענק!
באָריס סאַנדלער
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.