מיט זיבן יאָר צוריק, אינעם האַרבסט־סעזאָן, האָט די אַדמיניסטראַציע פֿונעם פּאָפּולערן זומער־לאַגער „סורפּרײַז־לייק קעמפּ‟ באַשלאָסן צו פֿאַרבעטן די קעמפּערס, אויפֿפּאַסערס און זייערע משפּחות צו פּראַווען ראש־השנה מיט זיי אינעם לאַגער, וואָס געפֿינט זיך אין קאָלד־ספּרינג, ניו־יאָרק — לעבן אַ וואַלד, אַן אָזערע, אַרומגערינגלט מיט בערג.
הגם אַ סך פֿון די משפּחות, פֿאַרבונדן מיט „סורפּרײַז לייק‟, זענען אין גאַנצן סעקולער, און שיקן נישט די קינדער אין קיין ייִדישער שול, איז דער אָפּרוף געווען זייער אַ שיינער.
„מיר וואָלטן געווען צופֿרידן, ווען ס׳וואָלטן געקומען כאָטש 50 מענטשן, זענען אָבער געקומען איבער 150,‟ האָט דער קעמפּ־דירעקטאָר, דזשאָרדאַן דייל, דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟. זינט דעמאָלט פּראַוועט מען ראש־השנה יעדעס יאָר און „סורפּרײַז־לייק‟, און יעדעס מאָל קומען נאָך מער מענטשן. פֿאַראַיאָרן האָבן זיך באַטייליקט 350.
„מיר האָבן זיך דעמאָלט געכאַפּט, אַז געוויסע משפּחות, וועלכע זענען נישט אַפֿיליִיִרט מיט קיין רעליגיעזע אינסטיטוציעס, האָבן פֿאָרט אַ גײַסטיקע באַדערפֿעניש, וואָס מיר — ווי אַ זומער־לאַגער — קאָנען צופֿרידנשטעלן,‟ האָט דייל באַמערקט.
הײַנט פֿירט דער לאַגער אויך דורך אַנדערע יום־טובֿדיקע אַקטיוויטעטן, מחוץ די זומער־חדשים — אַ משפּחה־שבת און אַ סוכּות־מאָלצײַט. עס פֿירן מיט זיי אָן די קעמפּ־ראַבינערטע, קלער גאָלדשטיין, און דער מוזיק־דירעקטאָר פֿון לאַגער, פּאָל סוטשאָוו, וועלכער טרעט אויף יעדעס מאָל מיט אַליין־געשאַפֿענע לידער (אויף ענגליש), באַגלייט מיט דער גיטאַר.
הײַיאָר וויל די אַדמיניסטראַציע פּרוּוון עפּעס נײַס: אַ סדר, וווּ מע וועט זאָגן די הגדה אויף אַן אופֿן, וואָס קינדער — און זייער סעקולערע עלטערן — וועלן הנאה האָבן. אַלי קאַפּטשאַן, די אָרגאַניזירערין פֿונעם סדר, האָט שוין צונויפֿגעשטעלט אַ שפּילעוודיקע הגדה, וווּ די הויפּטשפּראַך איז ענגליש. „מיר ווילן נישט מאַכן צו פֿיל לשון־קודש, ווײַל ס׳רובֿ פֿון די משפּחות גייט נישט אין שיל און ווייסן זייער ווייניק וועגן די ייִדישע טראַדיציעס,‟ האָט זי דערקלערט.
די פֿיר קשיות, למשל, זענען אויסגעשריבן אין חנעוודיקע גראַמען, אויפֿן מוסטער פֿונעם באַקאַנטן מחבר פֿון קינדער־ביכלעך, ד״ר סוס. דערצו וועט יעדעס קינד באַקומען זײַן אייגן „מכּות־פּעקל‟: פּלאַסטישע היישעריקן, שטיקלעך באַנוול צו רעפּרעזענטירן דעם האָגל, און זונברילן צו „פֿילן דעם טעם‟ פֿון דער פֿינצטערניש, האָט קאַפּטשאַן געזאָגט.
כּדי אויפֿצוהאַלטן דעם אינטערעס, וועט נישט זײַן קיין איין פֿירער פֿונעם סדר. פֿאַרקערט, אַלע — קליין און גרויס — וועלן לייענען אַ חלק פֿון דער הגדה.
ווי גוט מע זאָל אָבער נישט פּלאַנירן דעם סדר, ווייסט קאַפּטשאַן, אַז נישט תּמיד גייט אַלץ אַזוי ווי מע האָט זיך פֿאָרגעשטעלט. „דעם פֿאַרגאַנגענעם סוכּות — דערציילט זי — האָט אַ סך גערעגנט, און אין דער סוכּה איז געווען אַ גרויסע בלאָטע. בײַם אָנהייב האָבן מענטשן געהאַלטן אין איין אָפּווישן די בלאָטע פֿון זייערע שטיוול, אָבער צום סוף, האָבן מיר באַשלאָסן: מיר זענען דאָך אויף דער נאַטור! וואָס מאַכט עס אויס, אַז די שטיוול ווערן שמוציק? ערשט דעמאָלט האָבן מיר זיך טאַקע אויסגעשפּאַנט, און הנאה געהאַט פֿון זיצן אין דער סוכּה.‟
„סורפּרײַז לייק קעמפּ‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1902 דורך דער Educational Alliance, כּדי צו געבן אָרעמע ייִדישע ייִנגלעך פֿון די טענעמענט־הײַזער אינעם „לאָוער איסט סײַד‟ אַ געלעגנהייט אײַנצוזאַפּן די פֿרישע לופֿט פֿון די בערג. צוויי וואָכן לאַנג האָבן זיי געוווינט אין געצעלטן, געקאָכט דאָס עסן אויף אַן אָפֿענעם פֿײַער און זיך געבאָדן אין דער אָזערע. אין 1917 איז דער לאַגער געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע.
איינער פֿון די ערשטע קעמפּערס אין „סורפּרײַז לייק‟ איז געווען דער באַוווּסטער קאָמיקער און זינגער, עדי קאַנטאָר. יאָרן שפּעטער פֿלעגט ער זאָגן, אַז זײַן קאַריערע האָט זיך אָנגעהויבן אין לאַגער, וווּ ער פֿלעגט אויפֿטרעטן מיט זײַנע „שטיק‟ בײַם לאַגער־פֿײַער. הײַנט הייסט דער שיינער דרויסנדיקער טעאַטער פֿונעם לאַגער טאַקע דער „עדי קאַנטאָר טעאַטער‟.
דער זינגער ניל דײַמאָנד און דער שמועס־מאָדעראַטאָר לערי קינג זענען אויך געווען קעמפּערס אין „סורפּרײַז לייק‟.
אין די 1980ער און 1990ער יאָרן זענען צווישן די קעמפּערס געווען אַ צאָל קינדער פֿון רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן, ווײַל די פֿעדעראַציע האָט באַזאָרגט די משפּחות מיט ברייטהאַרציקע סובסידיעס.
אין פֿאַרגלײַך מיט די ראש־השנה־ און שבת־אַקטיוויטעטן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אינעם „עדי־קאַנטאָר טעאַטער‟, וועט דער סדר פֿאָרקומען אינעווייניק, אינעם קליינעם עסזאַל, ווײַל דאָס איז דאָס איינציקע אָרט, וואָס האָט אַ באַהייצונג. דעריבער וועט מען בלויז קענען אַרײַננעמען 100 מענטשן, האָט דייל געזאָגט.
די משפּחות וואָס באַטייליקן זיך אין די פֿאַרשידענע יום־טובֿ־פֿײַערונגען אין „סורפּרײַז לייק‟ זענען זייער דאַנקבאַר, וואָס מע גיט זיי אַזאַ געלעגנהייט, ספּעציעל ווײַל אַ סך פֿון זיי פֿילן זיך אָפּגעפֿרעמדט פֿון די געוויינטלעכע ייִדישע רעליגיעזע אינסטיטוציעס.
נאָך דעם „משפּחה־שבת‟ פֿאַראַיאָרן, למשל, האָט די מאַמע פֿון עטלעכע קעמפּערס אָנגעשריבן אַ בריוו אין לאַגער: „מײַן טאָכטער האָט זיך געפֿילט זייער געהויבן, וואָס מע האָט זי אַרויפֿגערופֿן צו דער תּורה, און וואָס דער דירעקטאָר איז שפּעטער צוגעקומען צו איר און געזאָגט: ׳גוד דזשאָב!׳ שפּעטער, בײַם מיטאָג, האָבן די ראַבינערטע און אַנדערע מענטשן זי גערופֿן בײַם נאָמען. זי איז געווען פֿאַרחידושט, וואָס אַזוי פֿיל מענטשן קענען זי! בײַ אונדז איז אַ געמישטע חתונה, אָבער אַפֿילו מײַן מאַן האָט זיך געפֿילט זייער באַקוועם און האָט גוט פֿאַרבראַכט.‟
„אָט דאָס זענען די משפּחות, וואָס מיר דאַרפֿן דערגרייכן,‟ האָט דייל דערקלערט. „אויב מיר קענען זיי ווײַזן, אַז די ייִדישע טראַדיציעס קאָנען זײַן שיין און הנאהדיק, וועלן מיר אפֿשר אַרײַנציִען יענע משפּחות, וואָס זענען אין אַ סכּנה פֿון פֿאַרלאָזן ייִדישקייט אין גאַנצן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.