עס געשעט אַ מאָל אַז מכּת-אַרבה קערט זיך אום קיין עגיפּטן פּונקט ווי עס שטייט געשריבן אין חומש. אין חודש ניסן הייבן אָן צו בלאָזן הייסע ווינטן פֿון דרום-מערבֿ און ברענגען מיט זיך אַמאָל די מידבר-היישעריקן קיין עגיפּטן, און צומאָל אַפֿילו קיין ארץ-ישׂראל. אָט די ווינטן זײַנען אַזוי ענג פֿאַרבונדן מיט פּסח, אַז מע רופֿט זיי “כאַמסין” (פֿופֿציק אויף אַראַביש), ווײַל זיי באַווײַזן זיך אין די טעג צווישן פּסח און גרין-חגאָ, וואָס פֿאַלט אויס זיבן וואָכן נאָך פּסח.
אין ייִדישקייט קען אויך אַ נאָרמאַלע דערשײַנונג באַטראַכט ווערן ווי אַ נס; אָבער דער פֿענאָמען פֿון די היישעריקן-אינוואַזיע וואָס גייט שוין אָן טויזנטער יאָרן, גייט זיך בײַטן. די “כאַמסינען” האָבן זיך אָנגעהויבן הײַיאָר מיט אַ חודש פֿריִער. אָנשטאָט איין אָדער צוויי כוואַליעס פֿון היץ אינעם יאָר האָט מען געהאַט דרײַ אין אַ פּאָר וואָכן. די היישעריקן זײַנען נישט נאָר אָנגעקומען אינעם נגבֿ, נאָר זיי זײַנען דערפֿלויגן ביז לבנון.
און איצט קומען נאָך היישעריקן. דעם לעצטן שבת, האָט געזאָגט אַ באַאַמטער פֿונעם ישׂראלדיקן אַגריקולטור-מיניסטעריום, אַז נישט נאָר אַ נײַע גרופּע היישעריקן איז אָנגעקומען אין נגבֿ; מע וועט זען אַזעלכע נײַע שוואָרעמס יעדן טאָג, ווי ווײַט מע קען זען.
ער האָט באַרויִקט דעם ציבור און באַטאָנט, אַז ישׂראל האָט אַ פֿולקאָמען קאָנטראָל איבערן מצבֿ, און די היישעריקן וועלן נישט גורם זײַן צופֿיל שאָדנס.
לבנונישע באַאַמטע האָבן באַטאָנט דאָס זעלבע. סאַלאַך כאַדזש-כאַסאַן פֿון דעם לבנונישן אַגריקולטור-מיניסטעריום האָט געטענהט, אַז די היישעריקן וואָס זײַנען אָנגעקומען אין לבנון, זענען אָנגעקומען יונג און מיד און זײַנען ס’רובֿ געפּגרט אָן דעם וואָס מע זאָל זיי מוזן אויסראָטן ווי מ‘האָט עס געטאָן אין ישׂראל. אויסער דעם, באַטייליקט זיך ישׂראל אין דער אַגריקולטור אָרגאַניזאַציע פֿון דער „יו־ען‟. אַ דאַנק דעם, וועט מען קענען קריגן גענוג סמען. אין ירדן האָט דער אַגריקולטור-מיניסטעריום אויך אַנאָנסירט, אַז אַלע היישעריקן זײַנען טויט צוליב די סמען און דעם קאַלטן וועטער.
אָבער דער עולם האָט זיך נאָך נישט באַרויִקט. אין ישׂראל, אַ באַאַמטער פֿון דעם רמת-נגבֿ קאָנסיליום וואָרנט, אַז דער מצבֿ ווערט וואָס אַ מאָל ערגער. דאָרט, וווּ מע האָט פֿריִער געהאַט יונגע היישעריקן, האָט מען איצט רײַפֿע נקבֿות וואָס געפֿינען זכרים, צו קענען זיך מערן. דער קאָנסיליום זאָגט, אַז דערווײַל בלײַבן די גערעטענישן נישט גערירט, אָבער דאָך זײַנען זיי באַזאָרגט, אַז די צאָל היישעריקן זאָל נישט ווערן צו גרויס.
אויך די וואָך האָט אַ לבנונער מומחה אין דעם געביט, פּראָפֿ’ נאַביל נעמער געוואָרנט, אַז דער אויסטערלישער סעזאָן הײַיאָר וועט ווערן טיפּיש אין די קומענדיקע יאָרן. ער האָט דערציילט דער לבנונישער צײַטונג “דיילי סטאַר”, אַז די היישעריקן וועלן קומען אַלץ מער און מער, צוליב דער אַלגעמיינער גלאָבאַלער דערוואַרעמונג. דער קאַלטער וועטער אין דעם ראַיאָן פֿאַרטיליקט איצט די היישעריקן וואָס דערגיין אַזוי ווײַט אויף צפֿון; אָבער אַז די היץ־כוואַליעס וועלן באַפֿאַלן דעם ראַיאָן אָפֿטער און דויערן לענגער, איז נישטאָ קיין סיבה די היישעריקן זאָלן נישט לעבן ביז זיי ווערן סעקסועל רײַף. אויב דאָס וועט געשען, וועלן זיי זײַן מסוגל אויפֿצועסן אַלע אַרומיקע פֿלאַנצן.
נאָר אין די פֿאַרגאַנגענע 10 יאָר האָבן די וויסנשאַפֿטלער אָנגעהויבן פֿאָרשן די השפּעה פֿון דער וועלט-דערוואַרעמונג אויפֿן ראַיאָן פֿונעם מיטל־לענדישן ים. לויט זייערע פֿאָרשונגען ווערט דער ראַיאָן אַלץ הייסער און הייסער, ספּעציעל אין דרום. ווי אַ רעזולטאַט, וועט די ערד אַרום דעם ים ווערן טריקענער. דאָס וועט האָבן אַ גורלדיקע השפּעה אויף דער אַגריקולטור. אויך די זומערן וועלן ווערן הייסער.
פֿון אַ פּאָליטישן שטאַנדפּונקט איז דער מצבֿ געפֿערלעך. עס שטעלט זיך די פֿראַגע, צי זײַנען די מדינות אינעם ראַיאָן גרייט צו גיין אויף פּשרות וועגן וואַסער. וואַסער קען אין גיכן ווערן נישט בלויז אַן ענין פֿון לעבן און טויט, נאָר אַ סיבה פֿאַר גרויסע קאָנפֿליקטן אויף אַ קליינעם שטח. עס איז שווער צו גלייבן אַז ישׂראל וועט אויפֿגעבן דעם גולן כּדי צו מאַכן שלום מיט סיריע, אויב די שליטה איבער דעם כּנרת ווערט אַלץ מער וויכטיק. מע קען אַפֿילו דערוואַרטן, אַז סיריע וועט זיך ווידער אַרײַנרײַסן אין לבנון וואָס איז מער פֿרוכטבאַר, כּדי צו פֿאַרזיכערן פֿאַר זיך אַ שטענדיקן וואַסער-קוואַל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.