אױף יענער זײַט רעאַליזם

On the Other Side of Realism


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published March 20, 2013, issue of March 29, 2013.

די אַנטדעקונג פֿון דער מאָלערישער און ליטעראַרישער ירושה פֿון פּאַװעל זאַלצמאַן (1912־1982) ענדערט אונדזער בילד פֿון דער מאָדערנער רוסישער געשיכטע. די ערשטע פּובליקאַציעס פֿון זײַן אַרכיװ האָבן זיך אָנגעהױבן באַװײַזן אינעם רוסישן זשורנאַל ״שפּיגל״ אין ישׂראל, װוּ עס לעבט זײַן טאָכטער. איצט, מיט דער אױסגאַבע פֿון זאַלצמאַנס לידער און פּראָזע, קען מען זיך באַקענען מיט זײַן פֿילזײַטיקער ליטעראַרישער ירושה.

זאַלצמאַן איז געװען אַן אײנזאַמער מענטש און האָט געשריבן פֿאַר דער צוקונפֿט. ער שטאַמט פֿון אַ געמישטער משפּחה: זײַן פֿאָטער איז געװען אַ דײַטש, און דערצו אַ פּאָלקאָװניק אין דער צאַרישער אַרמײ. זײַן מאַמע איז אַ ייִדישע, אָבער זי האָט זיך געשמדט צוליב דער חתונה. דער אָפּשטאַם איז געװען די סיבה פֿון אַ סך צרות פֿאַר זײער זון אין דער סאָװעטישער צײַט: ניט גענוג װאָס ער האָט געשטאַמט פֿון אַ צאַרישן אָפֿיצער, האָט ער דערצו נאָך געהערט גלײַכצײַטיק צו צװײ דיסקרימינירטע מינאָריטעטן, דער דײַטשישער און דער ייִדישער.

ער איז געבױרן געװאָרן אין קעשענעװ און פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן אין אָדעס. צװישן 1920 און 1925 האָט די משפּחה געלעבט אין דער שטאָט ריבניצע אױפֿן טײַך דניעסטער, אָבער אין 1925 זײַנען די עלטערן פֿון דאָרט אַרויסגעפֿאָרן. צוליב דעם ״בורזשואַזן״ ייִחוס איז זאַלצמאַנען פֿאַרמאַכט געװאָרן דער וועג צו דער העכערער בילדונג, און אַנשטאָט לערנען זיך אין אוניװערסיטעט, איז ער געװאָרן אַ תּלמיד בײַם באַרימטן מײַסטער פֿון אַװאַנגאַרד־קונסט פּאַװעל פֿילאָנאָװ. מיט דער צײַט האָט זאַלצמאַן אַן באַקומען אַרבעט װי אַ קינסטלער אין דער לענינגראַדער קינאָ־סטודיע. ער האָט איבערגעלעבט דאָס ערשטע יאָר פֿון דער בלאָקאַדע, און איז אין 1942 עװאַקויִרט געװאָרן קײן קאַזאַכסטאַן, וווּ ער אַרבעט װײַטער אױף דער קינאָ–סטודיע. שפּעטער האָט ער זיך געלערנט קונסט־געשיכטע אינעם אָרטיקן אוניװערסיטעט.

  • Error loading image: ../../workspace/assets/images/articles/zal_630_1.jpg
  • Error loading image: ../../workspace/assets/images/articles/zal_sl3.jpg
  • Error loading image: ../../workspace/assets/images/articles/zal_sl2.jpg


דאָס גרעסטע ליטעראַרישע װערק זאַלצמאַנס איז דער ראָמאַן ״הינטעלעך״, װאָס איז צום ערשטן מאָל אַרױס ערשט אין 2012. דער ראָמאַן האָט ניט קײן געװײנטלעכן סיפּור־המעשׂה און ניט קײן דערצײלער. די האַנדלונג װערט מיטגעטײלט פֿון פֿאַרשידענע שטאַנדפּונקטן און פּערספּעקטיװן, װי אין אַ קינאָפֿילם. אָפֿטמאָל זעט דער לײענער די װעלט מיט די אױגן פֿון חיות און קינדער. אַזאַ מין ראַדיקאַלער ליטעראַרישער גאַנג דערמעגלעכט דעם מחבר איבערצוגעבן די גאַנצע אומזיניקײט פֿון דער רעוואָלוציע־צײַט און דעם בירגער־קריג. אינעם ראָמאַן זײַנען ניטאָ קײן ״רױטע״ אָדער ״װײַסע״, עס זײַנען דאָ בלױז מענטשן, װאָס זײַנען געװאָרן װילדער פֿון חיות.

זאַלצמאַן האָט אָפּגעהיט פֿון יענער צײַט ניט נאָר זײַנע קינדער־זכרונות, נאָר דעם רײנעם און נאַיִװן קינדערישן װעלטבאַנעם. דער דאָזיקער קוק אױף דער װעלט װערט אַנטקעגנגעשטעלט דער ברוטאַלער און װילדער װעלט פֿון די דערװאַקסענע. די הױפּט־שטימען אינעם ראָמאַן געהערן צו צװײ הינטעלעך, װאָס װאַנדערן איבער די ריזיקע שטחים פֿון רוסלאַנד — פֿון סיביר קײן בעסאַראַביע און װײַטער קײן לענינגראַד, זוכנדיק עסן און װאַרעמקײט. די קײט פֿון עפּיזאָדן פֿאָלגט טײלװײַז נאָך זאַלצמאַנס אײגענעם נע–ונד פֿון די 1920ער. ער קומט צוריק צו יענער צײַט װידער אַ מאָל אין זײַן שפּעטערער מאָלערײַ און גראַפֿיק, װוּ עס חזרן זיך איבער די אימאַזשן פֿון די ייִדישע שטעטלעך און זײערע תּושבֿים.

פֿילאָנאָװס אַנאַליטישער מעטאָד אין קונסט האָט געהאַט אַ שטאַרקן אײַנפֿלוס אױף זאַלצמאַנען. די אױפֿגאַבע פֿון קונסט איז ניט סתּם פֿאָרצושטעלן די אױסערלעכע פֿאָרמען פֿון דער װירקלעכקײט, נאָר צו דערקענען און אַרױסברענגען איר אינערלעכע ענערגיע, ״די אײגנשאַפֿטן פֿון באַװעגונג, װוּקס, אַנטװיקלונג, טראַנספֿאָרמאַציע״, װאָס שטעקט הינטערן פֿאַסאַד. די גיגלוג־קראַפֿט איז באַזונדערס בולט אין זאַלצמאַנס פּראָזע. די װעלט האַלט אין אײן פֿונאַנדערפֿאַלן און זיך צונױפֿשטוקעווען פֿון ס‘נײַ. עס איז ניטאָ קײן גאַנצקײט, בלױז שטיקלעך און פֿראַגמענטן, װאָס װערן כּסדר מגולגל אײנער אינעם אַנדערן. עס איז דאָ אַ געװיסע קרובֿהשאַפֿט צװישן זאַלצמאַנס פּראָזע פֿון די 1930ער–1950ער און דער סאָװעטישער ייִדישער דיכטונג פֿון די 1920ער יאָרן. אַזױ װי לײב קװיטקאָ פּרוּװט זאַלצמאַן צו פֿאַרפֿיקסירן די ״רגעס אױף דער דינער־דינער שאַרף פֿון זײַן און ניט־װערן.״

אײנע פֿון די מערקװירדיקסטע מעלות פֿון זאַלצמאַנס שעפֿערישן כּוח־המדמה איז די פֿעיִקײט אָפּצוהיטן אָט דעם פֿראַגמענטאַרישן מהות, די ברעכעװדיקײט פֿון דער אַרומיקער פֿיזישער װעלט. דער נאָרמאַלער מענטשלעכער זכּרון האָט אַ טבֿע צו אָרגאַניזירן די איבערגעלעבטע דערפֿאַרונגען לױט אַ געװיסן נאַראַטיװן סדר. דאָס איז געװען דער פּרינציפּ פֿונעם טראַדיציאָנעלן רעאַליסטישן סטיל. זאַלצמאַנס רעאַליזם איז פֿון אַן אַנדערן שניט. ער אַנטפּלעקט דעם כאַאָטישן תּוהו־ובֿוהו פֿונעם גורלדיקן היסטאָרישן מאָמענט, װאָס האָט באַשטימט דעם גאַנג פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

צװישן די סימבאָלישע געשטאַלטן, װאָס פֿאַרקערפּערן די רעװאָלוציאָנערע תּקופֿה אינעם ראָמאַן, איז אַ ריבניצער בעל־העגלה איציק. צום סוף פֿונעם ראָמאַן קלײַבט ער זיך אַריבער, אַזױ װי זאַלצמאַן, קײן לענינגראַד, און װערט אַ זײגער־מאַכער. אינעם שלוס–עפּיזאָד זעט מען איציקן זיצן בײַ נאַכט איבער די רעדלעך און װײַזערס פֿון זײַנע זײגערס. אין דעם מאָמענט פֿילט ער אַ ״לײַכטע באַרירונג דורך אַ געװיסן געפֿיל״ פֿון ״אומרו, פּחד״. דאָ איז פֿאַרבאַהאַלטן אַ װאָרט–שפּיל, װאָס לאָזט זיך ניט דערקענען אױף רוסיש, װײַל אױף דײַטש און אױף ייִדיש האָט דאָס װאָרט ״אומרו״ צװײ באַטײַטן: די שטימונג און דעם מעכאַניזם פֿון אַ זײגער. און דװקא דאָס דאָזיקע װאָרט איז אַ שליסל װאָס עפֿנט דעם גאַנצן ראָמאַן: דער זײגער־אומרו טרײַבט פֿאָרױס די צײַט, און די דאָזיקע צײַט װערט אַלײן מגולגל אין אַן אומרו–געפֿיל פֿון כּל־הי.



Highlight or double-click any word to see its English translationxDon't show again
loading