ייִדיש אין פֿינלאַנד

Yiddish in Finland

פֿון רעכטס: ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, איציק גאָטעסמאַן, סימאַ מויִר און מיקעלאַ האַסאַן, צו גאַסט בײַ די גאָטעסמאַנס אין בראָנקס, ניו־יאָרק
פֿון רעכטס: ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, איציק גאָטעסמאַן, סימאַ מויִר און מיקעלאַ האַסאַן, צו גאַסט בײַ די גאָטעסמאַנס אין בראָנקס, ניו־יאָרק

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published March 21, 2013, issue of March 29, 2013.

פֿון פֿינלאַנד זענען געקומען צו גאַסט איןרעדאַקציע צוויי ייִדישע קולטור־טוער פֿון העלסינקי, פֿינלאַנד: מיקעלאַ האַסאַן און ד״ר סימאָ מויִר. האַסאַן איז אַ רעזשיסאָרין, דראַמאַטורגין און אַקטריסעe און מויִר איז סײַ אַ פֿאָרשער און אַקאַדעמיקער, סײַ אַ קולטור־טוער, וואָס איז אַקטיוו אין אַ פֿינישער אָרגאַניזאַציע „אידישע [!] וואָרט‟, וואָס איז אַ טייל פֿון דער ייִדישער קהילה. דאָרטן פֿירט ער אָן יאָרן לאַנג מיט אַ שמועס־גרופּע אויף ייִדיש. מיט צען יאָר צוריק איז פֿון דעם קרײַז אַרויסגעוואַקסן אַ ייִדישער טעאַטער־פּראָיעקט אין דער ייִדישער טאָגשול — „די ייִדישע שול פֿון העלסינקי‟.

אין דער שול, דערציילט האַסאַן, לערנט מען ייִדישע לימודים, אָבער גאָרנישט מכּוח ייִדיש אָדער דער ייִדישער קולטור, וואָס זענען אַ טייל פֿון דער פֿיניש־ייִדישער געשיכטע. אינעם פּראָיעקט האָבן די קינדער זיך געלערנט אַ ביסל ייִדיש און וועגן דער ייִדישער קולטור און אויפֿגעפֿירט אַ פּיעסע וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין פֿינלאַנד. אַן ערך 100 תּלמידים האָבן זיך אין דעם באַטייליקט — יעדער קלאַס האָט אויסגעשפּילט אַ קאַפּיטל פֿון דער געשיכטע, און צוזאַמען איז דאָס געוואָרן אַ פּיעסע — „באָבע מעשׂיות‟ — האַלב אויף פֿיניש, האַלב אויף ייִדיש.

דערנאָך האָט מען אין 2006 מיט דערוואַקסענע ייִדן און פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקער פֿאָרגעשטעלט שלום־עליכמס פּיעסע „מזל־טובֿ‟ . פּונקט מיט 100 יאָר פֿריִער אין העלסינקי האָט די גרופּע „דער ייִדישער ליטעראַרישער קלוב‟ אויפֿגעפֿירט די זעלבע פּיעסע. עס זעט אויס, אַז די פֿאָרשטעלונג איז געווען די ערשטע ייִדישער פּיעסע אין דער שטאָט. מויִר דערציילט, אַז אין 2006 האָט מען אויך אָפּגעמערקט דאָס הונדערטסטע יאָר פֿון דער סינאַגאָגע אין העלסינקי — „בײַ דעם 100סטן יוביליי פֿון דער שיל, האָבן מיר געוואָלט, אַז מענטשן זאָלן וויסן, אַז ס‘איז דעמאָלט געווען אַ ייִדישע קולטור אין דער שטאָט‟. מויִר גיט צו, אַז מע האָט געוואָלט שפּילן די פּיעסע אינעם פֿינישן דיאַלעקט פֿון ייִדיש, וואָס איז ליטוויש. „מיר האָבן אינעם אַרכיוו די טראַנסקריפּציעס פֿון די ייִדישע פּיעסעס, וואָס מע האָט פֿאָרגעשטעלט אין העלסינקי. דעריבער ווייסן מיר, ווי זיי האָבן גערעדט און געשפּילט אויף ייִדיש‟, זאָגט ער.

דער עלטערער דור פֿינישע ייִדן שטאַמט טאַקע פֿון דער ליטע; אַפֿילו נאָכן חורבן מיט נײַע אימיגראַנטן פֿון אומעטום, איז ליטוויש ייִדיש געבליבן דער פֿינישער דיאַלעקט. סימאַ מויִר איז אַ גוטער מבֿין אויף דער טעמע. ער האָט באַקומען זײַן דאָקטאָראַט, מיט אַ דיסערטאַציע וועגן דער ייִדישער שפּראַך אין העלסינקי. ער איז דער אדיונקט־פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע שטודיעס אינעם אָפּטייל פֿון וועלט־קולטור בײַם העלסינקער אוניווערסיטעט און האָט מחבר געווען דאָס בוך Yiddish in Helsinki: Study of a Colonial Yiddish and Culture 2004. אין מײַ וועט אַרויס אַ באַנד זאַמלונגען וועגן דעם חורבן אין פֿינלאַנד, וואָס מויִר האָט רעדאַקטירט. אינעם העלסינקער אוניווערסיטעט לערנט די שפּראַך אַנאַ ווערשיק, וועלכע קומט פֿון טאַרטו, עסטלאַנד, יעדע צוויי וואָכן אָנצופֿירן מיט איר קלאַס.

אין דער ייִוואָ־ביבליאָטעק האָבן האַסאַן און מויִר געזוכט מאַטעריאַלן וועגן אַנ־סקיס „דיבוק‟, וואָס זיי גרייטן פֿאָרצושטעלן. אין העלסינקי אין די 1930ער יאָרן האָט מען געשפּילט די דראַמע אויף ייִדיש, אויף העברעיִש, און אינעם נאַציאָנאַלן טעאַטער — אויף פֿיניש. אַגבֿ, האָט אַנ־סקי געוווינט אין דער פֿינישער קאַרעליע. נאָך איין ייִדישער שרײַבער האָט געוווינט אין פֿינלאַנד — מרדכי חסיד — אַ לאַנג־יאָריקער לערער אין קאַנאַדע.

צו די אויפֿפֿירונגען פֿונעם ייִדישן טעאַטער קומט נישט נאָר ייִדן, נאָר סתּם פֿינער, וואָס זענען טשיקאַווע צו וויסן וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. מויר דערציילט, אַז די ייִדישע קהילה האָט זיך אָנגעהויבן אין פֿינלאַס פֿון קאַנטאָניסטן, וואָס זענען אָדער אַנטלאָפֿן, אָדער געקומען קיין פֿינלאַנד אינעם 19טן יאָרהונדערט. אָפֿיציעל האָבן די ייִדן נישט געטאָרט וווינען אין פֿינדלאַנ, ערשט אין 1917, ווען דאָס לאַנד איז געוואָרן אומאָפּהנגיק, איז עס געוואָרן לעגאַל. בעתן חורבן איז אַ מאָדענ סיטואַציע פֿאָרגעקומען.

מיט אַזוינע צוויי איבערגעגעבענע ייִדיש־טוער ווי האַסאַן און מויִר קוקן מיר אַרויס אויף די ווײַטערדיקע דערגרייכונגען פֿון ייִדיש אין פֿינלאַנד.