מעשׂיות פֿון עגיפּטישע ייִדן

Chronicles of Egyptian Jews


פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published March 25, 2013, issue of March 29, 2013.

קאַיִר, עגיפּטן. — ווען ליליען אַבאַדאַ האָט זיך געבאָדן מיט איר חתן אינעם קאַלטן וואַסער פֿונעם סועץ־קאַנאַל, האָט זי נישט געטראַכט, אַז אין גיכן וועלן זיי מוזן פֿאַרלאָזן זייער היימלאַנד, עגיפּטן, מיט בלויז איין טשעמאָדאַן, צוליב אַן אומאָנגענעמער קייט פֿון געשעענישן.

ווען אַבאַדאַ און איר חתן, ניסאָ, זענען אַרויס פֿון וואַסער אינעם יאָר 1956, האָט אויפֿן ברעג אויף זיי געוואַרט אַ זיכערהייט-אַגענט. זיי זענען אַרעסטירט אין באַשולדיקט געוואָרן אין שפּיאָנאַזש לטובֿת ישׂראל. נאָך עטלעכע טעג פֿון פּאָליציי־פֿאַרהערן זענען זיי באַפֿרײַט געוואָרן. שפּעטער, אָבער, האָט מען זיי ווידער אַרעסטירט, צוזאַמען מיט הונדערטער אַנדערע עגיפּטישע ייִדן. צום סוף, זענען זיי אַנטלאָפֿן קיין ישׂראל.

אַבאַדאַ דערציילט איר משפּחה-מעשׂה אינעם נײַעם בוך „די גאָלדענע תּקופֿה פֿון ייִדן אין עגיפּטן‟, וועלכער ווערט איצט געגרייט צום דרוק, כּדי אָפּצוהיטן די געשיכטע פֿון דער ייִדישער קהילה, וועלכע האָט עקזיסטירט אינעם דאָזיקן צפֿון-אַפֿריקאַנער לאַנד זינט די אוראַלטע צײַטן. אַ סך עגיפּטיש-געבוירענע ייִדן מיינען, אַז די איסלאַמיסטישע פֿירער אינעם לאַנד ווילן אויסמעקן די היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען מיט ייִדישקייט פֿונעם נאַציאָנאַלן זכּרון.

במשך פֿון 20 יאָר נאָך דעם, ווי מדינת-ישׂראל האָט דערקלערט איר אומאָפּהענגיקייט, זענען כּמעט אַלע עגיפּטישע ייִדן — בערך 75־100 טויזנט נפֿשות — אַנטלאָפֿן פֿונעם לאַנד צוליב די פּאָליטישע רדיפֿות. די עגיפּטיש־שטאַמיקע ייִדן רופֿן עס אָן „די צווייטע יציאת-מצרים‟. די ייִדישע קהילה האָט געבליט אין עגיפּטן במשך פֿון מער ווי 2,500 יאָר; הײַנט זענען געבליבן אינעם לאַנד בלויז אַרום 100 ייִדן.

מיטן אָנקום פֿון די „מוסולמענישע ברידער‟ צו דער מאַכט מיט אַ יאָר צוריק, זענען אַ סך עגיפּטישע ייִדן אַרום דער וועלט געוואָרן פֿאַרזאָרגט. ווען דער פּרעזידענט, מאָכאַמעד מאָרסי, איז אויסגעקליבן געוואָרן, האָט מען אין די נײַעס איבערגעגעבן, אַז די עגיפּטישע אינסטאַנצן האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו געבן אַן אַרײַנפֿאָר-וויזע דעם עגיפּטיש-שטאַמיקן ישׂראלדיקן רבֿ אַבֿרהם דיין און אַ צאָל אַנדערע ייִדן, וועלכע האָבן געוואָלט באַזוכט ראָש־השנה די שיל „אליהו הנבֿיא‟ אין אַלעקסאַנדריע. ס׳זעט אויס, אַז די שיל וועט זיך עפֿענען פֿון ס׳נײַ דעם הײַנטיקן פּסח.

די ייִדישע אינפֿאָרמאַציע-קוואַלן האָבן אויך איבערגעגעבן, אַז דערווײַל האָט מען אָפּגעהאַלטן די רעסטאַווראַציע פֿון עטלעכע היסטאָרישע שילן אין קאַיִר, הגם אינעם יאָר 2010 האָט דער עגיפּטישער קולטור-מיניסטער צוגעזאָגט, אַז זײַן רעגירונג וועט אויסגעבן דאָס נייטיקע געלט פֿאַרן דאָזיקן פּראָיעקט.

אין דעצעמבער, האָט עסאַם על-עריאַן, אַ הויכראַנגיקער עגיפּטישער פּאָליטיקער, דער וויצע-פֿאָרזיצער פֿון דער „פּאַרטיי פֿון פֿרײַהייט און יושר‟, וועלכע איז פֿאַרבונדן מיט דער „מוסולמענישער ברידערשאַפֿט‟, גערופֿן די עגיפּטישע ייִדן זיך אומצוקערן אינעם לאַנד, צוזאַמען מיט זייערע קינדער און אייניקלעך. על־עריאַן האָט דערקלערט, אַז זײַן פּאַרטיי איז קעגן ציוניזם, אָבער איז נישט קעגן ייִדן; אַז עגיפּטן, און נישט ישׂראל, איז זייער היימלאַנד. זײַנע ווערטער האָבן אַרויסגערופֿן אַ פּאָליטישע מהומה אין דער וועלט, נאָך וועלכער על-עריאַן האָט רעזיגנירט פֿון זײַן פּאָזיציע ווי דער עצה-געבער בײַם פּרעזידענט.

נישט לאַנג צוריק, האָבן די עגיפּטישע אָפֿיציעלע אינסטאַנצן, צוערשט, נישט געוואָלט דערלאָזן צו ווײַזן אין עגיפּטן אַ פֿילם וועגן דער אָרטיקער ייִדישער געשיכטע. די וואָך, האָט דער רעזשיסאָר, אַמיר ראַמסעס, איבערגעגעבן, אַז נאָך אַ גאַנצער „מלחמה‟ מיט די עגיפּטישע זיכערהייט-כּוחות האָט ער באַקומען אַ דערלויבעניש. די פּרעמיערע פֿונעם נײַעם פֿילם, וועלכער הייסט „ייִדן אין עגיפּטן‟, וועט פֿאָרקומען דעם 27סטן מאַרץ.

אַבאַדאַס בוך איז אָנגעשריבן אויף העברעיִש, הגם אַ טייל פּובליקירטע מאַטעריאַלן — בסך-הכּל, 400 זײַטן — זענען אויף פֿראַנצויזיש. די רעדאַקטאָרין, עדה אַהרוני, האָט דערקלערט, אַז בלויז אַ העלפֿט פֿון די עגיפּטישע ייִדן איז אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל. אַ סך האָבן עמיגרירט קיין פֿראַנקרײַך, צפֿון-אַמעריקע, ענגלאַנד און אַפֿילו, אין אַ קלענערער צאָל, בראַזיל. אינעם בוך זענען צונויפֿגעקליבן לעבנס-געשיכטעס פֿון 68 עגיפּטישע ייִדן.

אַהרוני האָט צוגעגעבן, אַז, להיפּוך צו דעם פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, זענען די צפֿון-אַפֿריקאַנער ייִדן נישט קיין איינאַרטיקער בלאָק. אין פֿאַרגלײַך, מיט אַ צאָל אַנדערע ייִדישע עדות אינעם ראַיאָן, האָט די ייִדישע קהילה אינמיטן קאַיִר אויסגעזען ווי אַן אייראָפּעיִשער קוואַרטאַל. אַפֿילו פֿאַר די מהומות נאָך דער גרינדונג פֿון מדינת-ישׂראל, איז דער מצבֿ פֿון די אָרטיקע ייִדן נישט געווען אַזוי פּשוט. 95 פּראָצענט פֿון זיי זענען נישט געווען קיין עגיפּטישע בירגער, הגם זיי האָבן געוווינט אינעם לאַנד במשך פֿון עטלעכע דורות. זיי האָבן נישט געהאַט גלײַכע רעכט; פֿון דער אַנדערער זײַט, זענען זיי געווען באַפֿרײַט פֿונעם מיליטער-דינסט און נישט געמוזט אָפּשיקן זייערע קינדער אין די מלוכישע אַראַבישע שולן.

דאָס בוך אַנטהאַלט צענדליקער זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס, וועלכע דערמעגלעכן זיך פֿאָרצושטעלן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין עגיפּטן. איין בילד האָט אַהרוני געמאַכט פֿאַרן פֿאַרלאָזן עגיפּטן, צוזאַמען מיט איר משפּחה, אינעם יאָר 1949. דאָס בילד ווײַזט, ווי די מחברטע און 9 אַנדערע יונגע ייִדן, האָבן זיך באַטייליקט אינעם קאַיִרער „מכּבי‟-קלוב — אַ צווײַג פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער ציוניסטישער ספּאָרט-אָרגאַניזאַציע, וועלכע איז פֿאַרווערט געוואָרן מיט עטלעכע חדשים שפּעטער. צווישן אַנדערע פֿאָטאָגראַפֿיעס זענען דאָ אַזעלכע דאָקומענטן, ווי אַן אַרויספֿאָר-פּאַפּיר מיטן שטעמפּל „איין וועג אַרויס — אָן קיין רעכט זיך אומצוקערן‟.



Highlight or double-click any word to see its English translationxDon't show again
loading