וועגן וואָס גייט די רייד אין די פֿאָרלגנדיקע פּאָעטישע שורות?
אָנגעשלײַדערט פֿרויען אויף די טישן.
פֿאַרדרייטע קני צערײַסט אַ פֿרעמדע האַנט.
עמערווײַז מען טראָגט אויף שוואַרצע מיסטן
שטיקער קינדער-לײַב און פֿרויען-שרעק און שאַנד…
[…]
עס טאָר אַזוי ניט זײַן,
עס טאָר אַזוי ניט קומען,
אַז מוטער-לײַב זאָל זײַן אַ טרונע פֿאַרן קינד!..
[…]
כ׳בין אויפֿגערופֿן זײַן פֿון העלסטן דור אַ מאַמע,
און באַשערט איז מיר — אים פּאַלמעסן אין בויך.
אָנגעשריבן האָט עס די סאָוועטיש-ייִדישע פּאָעטעסע חנה לעווין. דאָס זײַנען אויסצוגן פֿון איר ליד „פֿרוי‟, וואָס האָט זיך תּחילת באַוויזן אין יאָר 1926 אין דעם כאַרקאָווער זשורנאַל „די רויטע וועלט‟. לעווין האָט געוווינט אין כאַרקאָוו, דעמאָלט די הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע. אין יאָר 1929 האָט דאָס דאָזיקע ליד געעפֿנט לעווינס פּאָעטיש זאַמלבוך „צושטײַער‟. דאָס דאָזיקע בוך איז געוואָרן אַ שטיקל סענסאַציע, די קולמינאַציע אין לעווינס ליטעראַרישער קאַריערע. הגם זי האָט אין די שפּעטערדיקע יאָרן אַ סך געשריבן, און מע האָט זי געדרוקט אויף ייִדיש, רוסיש און אוקראַיִניש, איז זי פֿאַרבליבן שטעקן אין דער קאַטעגאָריע פֿון צווייט-ראַנגיקע פּאָעטן. מיטן זאַמלבוך „צושטײַער‟ איז געווען גאָר אַנדערש — וועגן אים האָבן קריטיקער געשריבן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און אין אַנדערע לענדער.
די לעווין-מעשׂה האָב איך מיט עטלעכע (כ׳געדענק ניט פּינקטלעך וויפֿל) יאָר צוריק דערציילט אין „פֿאָרווערטס‟, און ווייניקער ווי מיט אַ יאָר צוריק איז מײַן אַרטיקל Chana Levin’s Verdict to Free Love פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דעם באַנד Yiddish Poets and the Soviet Union, 1917-1948, וואָס איז דערשינען אין הײַדעלבערג, צונויפֿגעשטעלט און רעדאַקטירט דורך דאַניעלאַ מאַנטאָוואַן. שרײַב איך דאָרטן, פֿאַרשטייט זיך, אויך וועגן דעם ליד „פֿרוי‟, וואָס גיט אַ נאַטוראַליסטיש בילד פֿון אַבאָרטן און שילדערט די איבערלעבענישן, פֿאַרבונדן מיט פֿאַרשיידענע „פּירות‟ פֿון „פֿרײַער ליבע‟. לעווין האָט פּראָטעסטירט קעגן די עקסטרעמע פֿאָרמען פֿון דער סעקסועלער פֿרײַהייט, און צו מאָל פּשוט ווילדקייט, וואָס האָט אין די 1920ער יאָרן געהערשט אין דער קאָמוניסטישער מלוכה.
די בערך דרײַ הונדערט ווערטער, וואָס איך האָב ביז אַהער אָנגעשריבן אין דעם איצטיקן אַרטיקל, זײַנען אַ הקדמהלע צו דעם ענין, וועלכן איך וויל הײַנט באַרירן. די זאַך איז, אַז מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָב איך אין אונדזער אוניווערסיטעט-ביבליאָטעק זיך אָנגעשטויסן אויף אַ נײַ בוך, אונטערן טיטל Jewish Women Writers in the Soviet Union. אַרויס איז עס פֿון אונטער דער פּען פֿון רינה לאַפּידוס, וועלכע אַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר אין דעם בר-אילן-אוניווערסיטעט. און דאָס בוך — שטעלט זיך פֿאָר! — האָט אַ קאַפּיטל וועגן חנה לעווין. איז, דאַכט זיך, גוט. אַ פֿאַרגעסענע שרײַבערין באַקומט אַ טאָפּלטע פּאָרציע פֿון אַקאַדעמישער פֿאָרשונג אין משך פֿון איין יאָר. לאַנג, אָבער, האָט מײַן צופֿרידנקייט ניט געדויערט.
ערשטנס, קען איך ניט ביזן הײַנטיקן טאָג דערקלערן, פֿאַר וואָס דאָס וואָרט „צושטײַער‟ איז איבערגעזעצט געוואָרן ווי Mite, דאָס הייסט „מילב‟. איך האָב שוין געדרייט אַהין און אַהער, געמוטשעט קאָלעגן, וואָס האָבן ענגליש אײַנגעזויגן מיט דער מאַמעס מילך. עס באַקומט זיך ניט! און אייניקע אַנדערע זאַכן האָבן מיר זיך אויסגעוויזן משונה אין דעם דאָזיקן בוך. אָבער באַזונדערס האָט מיך פֿאַרחידושט די איבערזעצונג און דער טײַטש פֿונעם ליב „פֿרוי‟. אָט ווי דאָס זעט אויס אין דעם נוסח, וועלכן עס לייגט פֿאָר רינה לאַפּידוס:
There are mutilated women on tables.
They are carrying twisted knees and the torn off hands of other […]
Parts of children and women – what fear and horror! […]
In a dream I also saw you lacerated.
My little dear son, how have I deserved this? […]
That a mother see the coffin of her own son […]
און אַזוי ווײַטער — גאָלע פֿאַנטאַזיעס, וואָס האָבן, ווייך געזאָגט, זייער אַ קנאַפּן שײַכות צום ייִדישן טעקסט. אַזעלכע איבערזעצונגען הער איך צו מאָל פֿון סטודענטן, וואָס מאַכן זייערע ערשטע טריט בײַם לערנען ייִדיש. די קאָמישע זאַך איז, אַז די מחברטע האָט אַפֿילו ניט פֿאַרשטאַנען וועגן וואָס איז דאָס ליד. זי האַלט, אַז די רייד גייט לחלוטין ניט וועגן אַבאָרטן, אַז דאָס איז, כּלומרשט, אַ בילד פֿון אַ פּאָגראָם אין די יאָרן פֿון דעם בירגערקריג. אויף אָט דער השערה בויט זי אַ גאַנצע סעקציע אין דעם קאַפּיטל. זייער אויבערפֿלעכלעך איז אָנגעשריבן אויך דער קאַפּיטל וועגן אַן אַנדער ייִדישער דיכטערין — רחל בוימוואָל.
הקיצור, זײַט פֿאָרזיכטיק טאָמער דאָס דאָזיקע בוך פֿאַלט אַרײַן אין אײַערע הענט, נוצט עס מיט אַ באַוואָרעניש — עם־הארציש!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.