עגיפּטן. צוליב די מאַסן־דעמאָנסטראַציעס קעגן־און־פֿאַר די „ברידער־מוסלמענער‟, די פּאַרלאַמענט־װאַלן ווערן אָפּגעלײגט ביז אָקטאָבער. די אַנאַליטיקער פּראָגנאָזירן: עגיפּטן שטײט אױפֿן ראַנד פֿון אַ נײַעם ברוטאַלן קעגנשטאַנד צװישן די דעמאָקראַטן און די „ברידער־מוסלמענער‟.
איטאַליע. דער פּאָליטישער קריזיס אין לאַנד װערט אַלץ טיפֿער. די סאָציאַליסטן זײַנען נישט בכּוח צו שאַפֿן אַ װעלכע ניט איז קאָאַליציע.
ציפּערן. די קונים פֿון די בענק װעלן קענען אַרױסנעמען ניט מער װי 300 יוראָ אַ טאָג. דאָס גאַנצע לאַנד האָט זיך אױסגעשטעלט בײַ די בענק און געלט־אױטאָמאַטן.
רוסלאַנד. מאָסקווע איז ממשיך צו שטיצן דעם סירישן רעזשים, סײַ פּאָליטיש סײַ מיט געװער. דער װײַטערדיקער גורל פֿון די רוסישע מיליטער־באַזעס אין סיריע איז ניט קלאָר.
װאַשינגטאָן. דאָס „װײַסע הױז‟ װאָרנט די טערקישע רעגירונג זיך אָפּהאַלטן פֿון אַן אָפֿיציעלן װיזיט אין עזה־שטרײַך און פֿון אָפֿיציעלע קאָנטאַקטן מיט דער אומגעזעצלעכער „כאַמאַס־רעגירונג‟.
ענגלאַנד. דער קאַפּיטאַל־דעפֿיציט פֿון די בריטישע בענק האָט דערגרייכט בערך דרײַסיק מיליאַרד יוראָ.
ישׂראל. די לאַגע אױף דער ישׂראל־סירישער גרענעץ בלײַבט אַן אָנגעשטרענגטע. די מיליטער־בריגאַדע „גולני‟, דיסלאָצירט בײַ דער סירישער גרענעץ, געפֿינט זיך אין אַ צושטאַנד פֿון שלאַכט־גרײטקײט.
סיריע. די אָפּאָזיציאָנערן און די אַסאַד־רעגירונג באַשולדיקן אײנער דעם צװײטן אין דער אַרטילעריע־באַשיסונג פֿונעם אוניװערסיטעט אין דמשׂק. עס זײַנען דערהרגעט געװאָרן 15 סטודענטן.
דײַטשלאַנד. די שטאָטמאַכט האָט דעמאָנטירט און איבערגעטראָגן אױף אַ נײַ אָרט אַ טײל פֿון דער בערלינער װאַנט.
ציפּערן. דאָס געריכט אין ניקאָסיע האָט פֿאַרמישפּט צו פֿיר יאָר תּפֿיסה אַ „כעזבאָלאַ‟־אַקטיװיסט, װעלכער האָט געגרײט אַ טעראָריסטישע אַקציע קעגן די ישׂראלדיקע טוריסטן.
ירושלים. „דער גוטער פֿרײַטיק‟. טױזנטער פּיליגרימען פֿון דער גאַנצער װעלט נעמען אָנטײל אין דער יערלעכער קרײץ־פּראָצעסיע אינעם קריסטלעכן טייל פֿון ירושלים.
דײַטשלאַנד. די ייִדישע װעלט איז שאָקירט פֿון דעם טעלעװיזיע־סעריאַל, װעלכער דערצײלט װעגן די „שרעקלעכע יסורים פֿון די דײַטשן בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה‟.
רוסלאַנד. אַן אָפֿיציעלע מעלדונג: „מיר זײַנען ביז גאָר באַזאָרגט מיט דער סיטואַציע אין און אַרום צפֿון־קאָרעע. די מיליטאַנטישע טעטיקײט פֿון דער רעגירונג איז אַן אַגרעסיווע‟. גלײַך מיט דעם, באַשולדיקט מאָסקווע די פֿאַראײניקטע שטאַטן אינעם אָנגליִען די סיטואַציע אױפֿן קאָרעיִשן האַלב־אינדזל.
פּאַקיסטאַן. ערבֿ די פּאַרלאַמענט־װאַלן ווערט דאָס לאַנד „אױפֿגעריסן‟ פֿון די טאָג־טעגלעכע זעלבסטמערדערישע אַטענטאַטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.