אינעם פֿריִערדיקן אַרטיקל האָבן מיר געשריבן וועגן „באַרג‟ מיט זײַנע קרובֿים. מיר האָבן דערמאָנט, צווישן אַנדערן, ווי „באַרג‟ וואַקסט פֿונעם דײַטשישן־שוועדישן־האָלענדישן־אַלטענגלישן berg. קיין זעלטענער פֿענאָמען איז עס נישט; „האַרץ‟ איז דאָך העט ווען געווען herz, „שמאַרץ‟ — smerz. מיר האָבן אויך געזען דאָס זעלביקע אויף ענגליש: מיטל־ענגליש herte איז דאָך הײַנט heart — אַרױסגערעדט מיט a, אָבער אויסגעלייגט ea, מע זאָל חלילה נישט פֿאַרגעסן אין דער עטימאָלאָגיע… אויף דעניש, אַגבֿ, איז נאָך אַלץ hjerte, בשעת אויף האָלענדיש איז hart. דאָס ייִדישע „שמאַרץ‟, ווידער, איז אַ קאָגנאַט פֿונעם ענגליש smart, וווּ דער אויסלייג שפּיגלט מער נישט אָפּ די עטימאָלאָגיע. זעען מיר שוין, אַז נישט אויסגעהאַלטן איז סײַ דער ענגלישער אויסלייג, סײַ די היסטאָרישע לינגוויסטיק: פֿאַר װאָס זשע איז נאָר אויף ייִדיש געוואָרן „באַרג‟ און „האַרץ‟, בשעת אויף ענגליש און האָלענדיש איז דאָ בלויז heart און hart, אָבער נישט barg? תּיקו.
וועגן „האַרץ‟ איז נאָך דאָ וואָס צו דערציילן: כּמעט אַלע אייראָפּעיִשע לשונות האָבן געירשנט דאָס זעלביקע וואָרט. איר גלייבט נישט? אָט זעט:
די עלטסטע ווערטער פֿון דעם שורש האָבן ק־ר־ד, אַ שטייגער דאָס גרעקישע kardia, פֿ‟גל „קאַרדיאָלאָג‟; אַזוי אויך, למשל, דאָס אירישע cride; אינעם לאַטײַנישן cor, וואָס דערפֿון וואַקסן דאָס פֿראַנצײזישע cœur, דאָס איטאַליענישע cuore אאַז‟װ, פֿעלט דער ד.
די שוין פֿריִער דערמאָנטע heart, herte, hjerte, hart זענען דערפֿון אַ ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג: ס׳איז נאָרמאַל, אַז דאָרטן װוּ גרעקיש און לאַטײַניש האָבן k אָדער c, האָבן די גערמאַנישע לשונות גאָר h; װוּ די ערשטע האָבן d, האָט גערמאַניש t. אויף דײַטשיש און ייִדיש אַנטוויקלט זיך דאָס וואָרט נאָך װײַטער: פֿון t ווערט z/צ. איז „האַרץ” אין גאַנצן די געריכטע פֿאָרמע.
הײַנט די סלאַווישע עקוויוואַלענטן: פּױליש serce, טשעכיש srdce, רוסיש serdtse? אויך פֿון דעם שורש: פֿונעם אַמאָליקן k איז געװאָרן s — װידער אַ מאָל איז דאָס אין גאַנצן נאָרמאַל — און ס׳איז צוגעקומען אַ סופֿיקס tse־, וואָס האָט, אַזױ צו זאָגן, אײַנגעשלונגען דעם d. דאָס זעלביקע צו הערן וועגן דעם ליטווישן širdis. האָבן מיר אַ משל פֿון דעם ווי אַזױ ווערטער וואָס האָבן אַנדערע פּנימער קענען פֿאָרט וואַקסן פֿון איין שורש.
טשיקאַווע, וואָס אויף מאַמע־לשון זאָגט מען, חוץ „האַרץ‟, אויך „סערצע‟; ס׳איז אָבער טײַטש נישט ׳האַרץ׳ ממש, נאָר בלויז מעטאַפֿאָריש: ׳טײַערע(ר)׳. אויך דאָס לשון־קודשדיקע „לבֿ‟ איז פֿאַראַן אויף ייִדיש: אַ „פּוכקע/מיאַכקע־לבֿבֿות‟ איז דאָך איינער מיט אַ ווייך האַרץ — „פּוכקע‟ און „מיאַכקע‟ זענען סלאַוויש־קאָמפּאָנענטיקע ווערטער פֿאַר ‘ווייך’. דער ענגלישער עקוויוואַלענט איז bleeding heart.
ווייסן מיר שוין, אַז פֿאַראַן אַ צאָל ווערטער וווּ אויף דײַטשיש איז דאָ e, בשעת אויף ייִדיש און ענגליש a/אַ. חוץ די פֿריִערדיקע איז דאָ, אַ שטייגער, דײַטשיש sterben, ענגליש — starve (אמת, מיט אַן אַנדער טײַטש), ייִדיש „שטאַרבן‟; דײַטשיש werfen, ענגליש warp (אַ מאָל טײַטש ‘וואַרפֿן’, הײַנט ‘בייגן’), ייִדיש „וואַרפֿן‟; צו דעם קען מען צורעכענען דאָס לשון־קודש־שטאַמיקע וואָרט „חרפּה‟, וואָס אין לשון־קודש ווערט אַרױסגערעדט /כערפּאָ/, נאָר אויף מאַמע־לשון — /כאַרפּע/.
פֿאַראַן, אָבער, אַ סך מער ווערטער, וווּ נאָר טייל ייִדיש־רעדערס האָבן דאָ /אַ/.
אויף ייִדיש איז דאָ סײַ „קאַרש‟, סײַ „קערש‟, כאָטש „קאַרש‟ איז דאָס אָנגענומענע; אויף דײַטשיש — Kirsch. אַזױ אויך מאַמע־לשון „באַר, באַרנע, בערנע‟, דײַטשיש Birne. ייִדן הייסן „קירשענבוים‟ אָדער „קירשענצווײַג‟ אָדער „בירנבוים‟ ווײַל ייִדישע פֿאַמיליעס זענען גיכער דײַטשישע — זעלטן איז אַ ייִדישע פֿאַמיליע טאַקע אַ ייִדישע. אָט אַזאַ זעלטענע ייִדיש־ייִדישע פֿאַמיליע איז דעם דיריגענט דניאל באַרנבוימס.
נאָך ווערטער פֿון דעם מין: ייִדיש /הירש, הערש, האַרש/, דײַטשיש Hirsch; אויך דער נאָמען, וואָס אין דער ליטע זאָגט מען „הירש(ק)ע‟, אין אוקראַיִנע „הערשל‟ און און פּױלן — „הערשל‟ אָדער „האַרשל‟. פֿאַראַן אויך אַזױנע וואַריאַנטן ווי /ליכט, לעכט, לאַכט/, דײַטשיש Licht.
דאָס סאַמע אינטערעסאַנטסטע װאָרט פֿון דעם מין? „איך‟. טשיקאַװע, וואָס (אויף וויפֿל איך ווייס) האָבן זיך די פֿילאָלאָגן אויף דעם וואָרט כּמעט ווי נישט אָפּגעשטעלט. מיר איז באַקאַנט בלויז איין פּאַראַגראַף בײַ שעכטערן, וווּ ער רעכנט אויס די פֿאָרמעס וואָס מע געפֿינט אינעם גערעדטן ייִדיש און פֿרעגט, אַזוי ווי יעקבֿ גלאַטשטיין בשעתּו, פֿאַר וואָס ס׳איז אָנגענומען בלויז דער שרײַב־אופֿן „איך‟, פֿ‟גל דײַטשיש ich. לויט מײַנע אָבסערוואַציעס איז די פֿאַרטיילונג אַזאַ: /יאַכ/ אין און אַרום װאַרשע, /יעכ/ אין לובלינער ראַיאָן, /ייִכ/ אין מערבֿדיקן רײַסן — אַזױ ,למשל, האָט גערעדט מײַן באָבע ,פֿון אַ שטעטל נאָװידװאָר אויף מיזרח פֿון גראָדנע, און אַזױ, „ייִך‟, האָט געהאַלטן בער באָראָכאָװ, דאַרף זײַן דער נאָרמירטער אויסלייג פֿון דעם וואָרט; /אַכ/ אינעם „קלין‟ צװישן װאַרשע און ביאָליסטאָק, /עכ/ אין גאַלציע, בוקעווינע און דרום־אוקראַיִנע, /i:(e)kh/ — מיט אַ לאַנגן וואָקאַל — אין לאָדזש און אַרום, און /איכ/ — מיט אַ קורצן װאָקאַל — בלויז אין צפֿון־אוקראַיִנע. פֿון אַלע ייִדישע ווערטער האָט „איך‟ בלי־ספֿק די מיינסטע וואַריאַציע.
און דער טיטל פֿון דער נאָטיץ? וועגן אַ מענטש וואָס רעדט נאָר וועגן זיך קען מען אָפּלאַכן: „בײַ אים איז ‘איך, מיך און מײַנע שיך’‟…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.