אָנדענק פֿון דער „גרויסער וואַרשעווער שיל‟

Remembering the Great Synagogue of Warsaw


Published April 05, 2013, issue of April 26, 2013.

דער „ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט אין פּוילן‟ האָט געעפֿנט אַ פֿאַרמעסט אויסצוקלײַבן די בעסטע צייכענונג פֿון דער אַמאָליקער „גרויסער וואַרשעווער שיל‟ — אַ פּרעכטיקער בײַשפּיל פֿון דער אַרכיטעקטור פֿונעם 19טן יאָהונדערט — וואָס די נאַציס האָבן אויפֿגעריסן אין מײַ 1943, נאָכן וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד.

אַ פֿאָרשטייערין פֿונעם אינסטיטוט, אַנאַ כילאַק, האָט דערקלערט, אַז מע זוכט אַ צייכענונג, וואָס גיט איבער די אַרכיטעקטאָרישע, קולטורעלע און אַרטיסטישע רײַכקייט פֿונעם רעפֿאָרם־טעמפּל, וואָס האָט געעפֿנט זײַנע טירן ראש־השנה פֿון יאָר 1878.

עס וועט נישט זײַן גרינג נאָכצומאַכן אַלע פּרטים פֿונעם אַמאָליקן בנין, ווײַל עס זענען געבליבן זייער ווייניק מענטשן, וועלכע האָבן אים געזען, אָדער וועלכע האָבן פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע וועגן דער גרינדונג און אָפּעראַציע פֿון דער סינאַגאָגע. אויפֿן אָרט פֿונעם אַמאָליקן טעמפּל שטייט הײַנט אַ גלעזערנער אָפֿיס־בנין, געבויט בעת דער קאָמוניסטישער תּקופֿה.

נאָך דער דעפּאָרטאַציע פֿון די ייִדן צו די גאַז־קאַמערן פֿון טרעבלינקע, האָבן די נאַציס אויסגעניצט דעם בנין ווי אַ פּלאַץ צו האַלטן מעבל און אַנדערע צוגעגנבֿעטע האָב־און־גוטס. דער „עס־עס‟ גענעראַל יורגען שטרופּ, וועלכער האָט דערשטיקט דעם געטאָ־אויפֿשטאַנד, איז געווען דער, וועלכער האָט אויפֿגעריסן דעם בנין.

די סינאַגאָגע, וואָס האָט געקאָנט אַרײַננעמען 2,200 מתפּללים, איז אויספּלאַנירט געוואָרן דורכן אַרכיטעקט לאַנדראָ מאַרקאָני. בײַם אַרײַנגאַנג זענען געהאָנגען צוויי ריזיקע הענגלײַכטער. הינטערן אָרון־קודש האָט זיך געפֿונען אַ גרויסער חתונה־זאַל און איינע פֿון די גרעסטע ביבליאָטעקן אין אייראָפּע. דאָרט האָט מען געקאָנט געפֿינען אַן עקזעמפּלאַר פֿונעם ערשטן תּנ״ך, וואָס מע האָט אַמאָל איבערגעזעצט אויף פּויליש, דורכן אָנגעזעענעם היסטאָריקער, משה שאָר.

די „גרויסע וואַרשעווער סינאַגאָגע‟ איז געווען דער גרעסטער, פּרעכטיקסטער רעפֿאָרם־טעמפּל אין פּוילן. איר ערשטער ראַבינער, יצחק צילקאָן, האָט אָנגעפֿירט מיטן דאַווענען אויף לשון־קודש און פּויליש, און דער הויפּט־חזן, גרשון סיראָטע, וועלכער איז באַצייכנט געוואָרן ווי „דער פּוילישער קאַרוזאָ‟, האָט דאָרט געזונגען צוואָנציק יאָר לאַנג.

דער טערמין פֿונעם פֿאַרמעסט איז דער 23סטער אַפּריל, און דעם געווינער וועט מען מעלדן דעם 16טן מײַ, אין אַ זאַל אינעם גלעזערנעם טורעם. דער פּוילישער אַרכיטעקט, יאַן סטרומיִאָ, וועט בויען אַ דרײַ־דימענסיאָנעלן מוסטער פֿון דער סינאַגאָגע, און די פֿאַרבײַגייער וועלן קענען הערן די לידער, וואָס מע האָט דאָרט אַמאָל געשאַפֿן און געזונגען.