דער ווינטער איז דאָס יאָר געווען אַ שניייִקער! שנייפֿאַלן זענען געווען אין אַמעריקע, אייראָפּע, רוסלאַנד און אַפֿילו בײַ אונדז אין ירושלים. דער ירושלימער שניי איז אַן עקזאָטיק און, חוץ פֿרייד, קיין אַנדערע געפֿילן רופֿט ער ניט אַרויס. און כאָטש די שנייען אין אַנדערע טיילן פֿון אונדזער פּלאַנעטע האָבן געבראַכט צו אומבאַקוועמלעכקייטן און אַפֿילו צו געוויסע קאַטאַקליזמען, פֿון דעסטוועגן, איז די נאַטור־דערשײַנונג איז אויפֿגענומען געוואָרן פֿון די מענטשן נאָרמאַל אָן נעגאַטיווע עמאָציעס. אויב פּרוּוון אָנצומאָלן פֿאַר זיך אַ פּאָרטרעט פֿון אַ הײַנטיקן ייִד אויפֿן הינטערגרונט פֿון שניי, וועלן מיר קיין שום אומעט אין די אויגן בײַם ייִדן ניט זען — זאָל זײַן דער שניי אין ניו־יאָרק, אין מאָסקווע, אין פּאַריז…
נאָר ניט תּמיד איז עס געווען אַזוי.
ניט לאַנג צוריק האָב איך געזען אַ קונסטבילד, וווּ אויפֿן הינטערגרונט פֿון אַ פֿאַרשנייט אַמאָליק שטעטל איז געמאָלט אַ ייִד. און אַזוי פֿיל אומעט און טרויער לייענט מען אין זײַנע אויגן און אַזאַ קאָנטראַסט איז דאָ צווישן דעם שניי און דעם ייִדן, אַז ס’איז קלאָר: דאָס איז אַ פּאָרטרעט פֿון אַ ייִדן אויפֿן הינטערגרונט פֿון גלות. און דווקא דער שניי סימבאָליזירט אויפֿן בילד דעם גלות. דאָס איז אַ קאָנטראַסט צווישן דעם גלות־שניי, דעם גלות־פֿראָסט און דער תּנכישער וואַרעמער ליכט, וואָס מע קאָן זען אין די אויגן בײַם ייִדן. כ’האָב אַפֿילו אָנגעשריבן אַזוינע שורות:
שניי איז — קעלט.
שניי איז — גלות,
וווּ אַן אייגן לאַנד
איז דער אייביקער חלום.
שניי איז — פֿראָסט.
שניי איז — וויוגע.
באַקן רויטע,
ווײַטע יוגנט…
דער קאָנטראַסט צווישן שניי און ייִד אין די צײַטן פֿון דער רוסישער אימפּעריע האָט מסתּמא אַמבעסטן אויסגעדרוקט דוד האָפֿשטיין: /אין ווינטער־פֿאַרנאַכטן אויף רוסישע פֿעלדער!//וווּ קאָן מען זײַן עלנטער, וווּ קאָן מען זײַן עלנטער…/
אויב איבערפֿראַזירן איציק פֿעפֿערס שורות פֿון זײַנער אַ ליד: /אַ קראָ אויפֿן שניי//איז נאָך שוואַרצער ווי שוואַרץ/, קאָן מען זאָגן: אַ ייִד אויפֿן פֿאָן פֿונעם שניי איז נאָך עלנטער ווי עלנט.
דער שניי פֿאַר די רוסישע און פּוילישע ייִדן איז נאָך פֿאַרבונדן מיט סיביר. מיט דער קאַטאָרגע אין דעם צאַרישן רוסלאַנד און מיט די סטאַלין־לאַגערן, מיט די פֿאַרשיקונג־פּלעצער שוין אין די סאָוועטישע צײַטן.
ה. לייוויק, וועלכער האָט געשמאַכט אויף דער סיבירער קאַטאָרגע, האָט אַ ציקל לידער: „אויף די וועגן סיבירער‟. אויך בײַ אים איז דאָ אַ דערציילונג „פּסח אין עק וועלט‟, וווּ ער באַשרײַבט זײַן אַנטלויפֿן פֿון סיביר און אַ באַגעגעניש דאָרט, אין אַ דאָרף, מיט אַ משפּחה ייִדן, וועלכע זענען אויך געווען פֿאַרשיקט אין דעם אומהיימלעכן קאַנט: „און מיך האָט מיט אַזאַ וואַרעמקייט אַרומגענומען דאָס וואָרט ייִד. אין אַזאַ העק, אין אַזאַ וועלט־פֿאַרוואַרפֿעניש, אין אַזאַ געפֿרוירענער עלנטקייט…‟. יוסף קערלער, וועלכער איז אָפּגעקומען אין אַ סטאַלין־לאַגער, האָט אין זײַנער אַ ליד געשריבן:
דער שניי איז דאָ שוואַרץ,
די שטיינקוילן רויט פֿון בלוט,
און דאָס לײַב איז פֿאַרבליווט פֿון דער רוט…
צווישן די פֿאַרשיקטע קיין סיביר “קאַפּיטאַליסטן” פֿון בעסאַראַביע אין 1940, איז אויך געווען די ניט־לאַנג געשטאָרבענע שרײַבערין יענטע מאַש. אין איר בוך דערציילונגען „טיף אין דער טײַגע‟, וועגן איר לעבן אין גלות־סיביר, געפֿינען מיר: — „אוי מאַמע, ווען דו זאָלסט וויסן ווי שווער און קאַלט מיר איז!… גאָט!!! וואָס האָסטו געטאָן? וואָס האָסטו זיך אָנגעזעצט אויף אונדז? יד־אַחת? קעגן וועמען?… ווייניק דער ׳מי באש ומי במים׳ איצט אויך מי בכּפֿור?…‟
אויך אַ טייל פּוילישע ייִדן, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון די דײַטשישע פֿאַשיסטן זענען פֿאַרשיקט געוואָרן אין אַ ווײַטער רוסישער געגנט. אָט וואָס ס‘שרײַבט יוסף אָפּאַטאָשו אין זײַן דערציילונג „אין אַ זאַווערוכע‟:
„די זאַווערוכע איז באַפֿאַלן לייזערן מיט אַזאַ רציחה, אַז ס’האָט אים פֿאַרפֿעלט אָטעם. די קעלט ווי פֿרישער האַרבער כריין האָט זיך פֿאַרקליבן אין די נאָזלעכער, אַז פֿון די אויגן האָבן געשפּריצט טרערן… די זאַווערוכע האָט געקערט וועלטן. לייזער האָט אײַנגעגראָבן דעם קאָפּ צווישן די אַקסלען און זיך געשאַרט מיט וואַשינגטאָן עוועניו…
— ׳פֿון וואַנען קומט איר? פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, פֿון סיביר? מײַן פֿאָטער קומט אויך פֿון דאָרט׳ — און זי האָט אים אַ שלעפּ געטאָן צום פֿענצטער. — ׳זעט נאָר, ווי ס’בלאָזט, אַזוי ווי אין סיביר…׳‟
משה נאַדיר האָט אַ מאָל געשריבן: “אין מײַנע אויגן בליט דער שניי”. וועגן שניי איז אין דער ייִדישער ליטעראַטור אָנגעשריבן הונדערטער און הונדערטער לידער. און מערסטן בײַ די פּאָעטן רופֿט אַרויס דער שניי פּאָזיטיווע עמאָציעס, ליכטיקע און ריינע געפֿילן. עטלעכע שורות פֿון יעקבֿ פֿרידמאַנס אַ ליד פֿונעם ציקל: „ווינטערלידער‟:
הוי, קונצן־מאַכער, קונצן־מאַכער, הוי,
באַווײַז אַ פֿאָקוס: אַהער צום האַמסיניקן בראַנד
ברענג דעם ווינטערצוויט פֿון מײַן קינדערלאַנד,
גאָטס קלוגן שמעקנדיקן שניי…
יעדן טאָג בײַם דאַווענען לייענט דער ייִד דעם פּרק “קמז” (147), פֿון תּהילים:
…דער וואָס גיט שניי אַזוי ווי וואָל,
פֿראָסט ווי אַש טוט ער שפּרייטן.
ער וואַרפֿט זײַן אײַז אַזוי ווי ברעקלעך;
פֿאַר זײַן קעלט ווער קען באַשטיין?…
דער ישׂראלדיקער שרײַבער יוסף חריף האָט אַ מיניאַטור „שניי איבער ירושלים‟: דערמאָנען זיך דיר דײַנע ווינטערס וואָס דו האָסט אויף פֿרעמדע וועגן איבערגעלעבט. דאָרט וווּ דײַן וויג איז געשטאַנען… אויך דאָרט האָט מען אויף אויסלייזנדיקן פֿרילינג געוואַרט אין שווערע זאַווערוכע־טעג און געוואַרעמט גאולה־האָפֿענונגען אויף פֿרעמדער ערד און נישט דערוואַרט זיך אויף דעם ירושלימער שניי. אויך שניי איז עפּעס אויף אייגענער ערד. אין ירושלים איז דער שניי אַזוי אייגן ווי דער שטיין, ווי די זיתים־ביימער…‟
צי בײַ צבֿי אײַזנמאַנען: „דער שניי פֿאַלט און פֿאַלט, ער פֿאַרדעקט די אָפּגעשיילטע מויערן פֿונעם ענגן וואַרשעווער הויף און אָט רײַסט ער זיך אַרײַן אין מײַן צימער, דער שניי. און מײַן צימער ווערט אויך אַזוי ווײַס ווי די וועלט. אין שניייִקן געווירבל ליג איך. דער שניי פֿאַלט אויף מײַנע הענט און אויף מײַן פּנים און אויף די ליפּן און אויף די אויגן. כ’ווער ווײַס און ווײַסער און לויטער. כ’ווער אַליין אַ שניי…‟
גאָר אַן אינטערעסאַנטע מעטאַפֿאָר געפֿינען מיר בײַם רוסישן פּאָעט און ייִד דוד קנוט אין זײַן ליד „אַ שניי אין פּאַריז‟:
שטיל עס פֿאַלט אַ שניי…
אפֿשר די רוחות שאַפֿן אַ פּאָגראָם —
טרענען אויף דעם אייבערשטנס קישנס?…
אויב הײַנט מאָלן אַ בילד פֿון אַ ייִדן אויפֿן הינטערגרונט פֿונעם שניי, צי ווי איציק פֿעפֿער פֿלעג זאָגן “אויפֿן שניייִקן עקראַן”, וועלן מיר שוין ניט געפֿינען קיין אומעט, קיין טרויער, קיין בענקשאַפֿט אין דעם ייִדנס אויגן. בלויז דערפֿאַר, וואָס דער ייִד האָט שוין זײַן אייגן היימלאַנד – ישׂראל. די וואַרעמקייט, די היץ פֿון דעם היימלאַנד צעשמעלצט די גלות־קעלט. און דער שניי פֿון הײַאָריקן ווינטער האָט נאָר געבראַכט אונדז ליכטיקע פֿרייד…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.