די ישׂראלים קינדלען, קיין עין־הרע

Israelis Are Having Lots of Kids

אַ גרופּע מאַמעס פֿון כּפֿר־יהושע און נהלל, צוויי דערפֿער אין צפֿון־ישׂראל, מיט זייערע קינדערלעך
Getty Images
אַ גרופּע מאַמעס פֿון כּפֿר־יהושע און נהלל, צוויי דערפֿער אין צפֿון־ישׂראל, מיט זייערע קינדערלעך

פֿון עמיל קאַלין

Published April 08, 2013, issue of April 26, 2013.

אַ קורצער בליק אויפֿן קאַלענדאַר וועט באַשטעטיקן, אַז מע האַלט אין אָנהייב חודש אַפּריל און סוף חודש ניסן. אין דעם צפֿונדיקן טייל פֿון דעם ערד-קײַלעך האָט דער סעזאָן זיך ערשט געביטן פֿון ווינטער אויף פֿרילינג.

ווי עס זאָל נישט זײַן, צווישן מײַנע חבֿרים און באַקאַנטע ניצט מען אַן אַנדער צײַט-רעכענונג. לויט זייער חשבון האַלטן מיר אין מיטן קינדלען סעזאָן.

דער סעזאָן האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ יאָר צוריק, און ער גייט אָן מיט פֿולן ברעג נאָך הײַנט און מע זעט דערווײַל נישט קיין סוף. וווּהין כ‘זאָל נישט אַ קוק טאָן זע איך די קײַלעכדיקע בײַכער; וועמען כ‘זאָל נישט אָנקלינגען, הערט זיך אויף יענער זײַט ליניע דאָס קוויטשיקע געוויין פֿון אַן ערשט־געבוירן עופֿעלע.

דער ענין וואָלט נישט אויפֿגעוועקט אין מיר קיין באַזונדערן אינטערעס, ווען איך וואָלט נישט געדאַרפֿט פֿליִען קיין רומעניע דעם לעצטן האַרבסט. קוקנדיק אויף די מענטשן וואָס האָבן זיך געאײַלט אַהין-אַהער איבער די שטויביקע בוקאַרעשטער גאַסן, האָט מיך דערקוטשעט אַ מאָדנע געפֿיל, אַז עפּעס פֿעלט דאָ אויס, עפּעס איז נישט „ווי סע דאַרף צו זײַן‟. אָבער וואָס?

נאָך אַ פּאָר טעג האָב איך ענדלעך געכאַפּט וואָס עס איז נישט „ווי סע דאַרף צו זײַן‟: מע זעט זייער ווייניק קינדער אויף די גאַסן און טראָגעדיקע פֿרויען זענען אַ זעלטנהייט.

איך האָב זיך געשטעלט אַ פֿראַגע: צי מיר, די ישׂראלים, קינדלען מער ווי די אַנדערע נאַציעס און פֿעלקער אין דער מערבֿ-וועלט?

אַ קורצע זוכעניש אין „גוגל‟ האָט מיר געגעבן אַ קלאָרן ענטפֿער: יאָ, מיר קינדלען מער. קודם-כּל, לאָמיר לאָזן די ציפֿערן רעדן פֿאַר זיך אַליין. די דורכשניטלעכע צאָל קינדער אין אַ וועלטלעכער ייִדישער משפּחה דרייט זיך שוין איבער דרײַסיק יאָר אַרום 2.7 קינדער, בשעת אין די לענדער וואָס זענען מיטגלידער אין דעם OECD, איז די צאָל פֿיל נידעריקער. אין איטאַליע, דײַטשלאַנד, פּוילן און אַנדערע לענדער באַטרעפֿט די צאָל לערך 1.3 קינדער; בײַ אַנדערע מיטגלידער איז די צאָל אַ ביסל העכער: 1.7.

אַ דורכשניט פֿון ווינציקער ווי 2.1 קינדער אין אַ משפּחה האָט איין באַטײַט: די באַפֿעלקערונג ווערט אַלץ קלענער. צום בײַשפּיל: אויב דער דורכשניט איז איין קינד פֿאַר יעדער פּאָר, ווערט די באַפֿעלקערונג אײַנגעשרומפּן. אויב די פֿאַרקלענערונג קומט פֿאָר צו גיך, קען זי ברענגען גרויסע שאָדן צו דער עקאָנאָמיע און אַרויסוואַרפֿן די מדינה פֿון איר גלײַכגעוויכט.

וואָס האָט גורם געווען אַזאַ גיכע פֿאַרקלענערונג אין די לענדער מיט פֿאָרגעשריטענע עקאָנאָמיעס? די ספּעציאַליסטן רופֿן אָן אַ ריי „איזמען‟: אינדיווידואַליזם, העדאָניזם, עגאָיִזם און קאַריעריזם.

אין ישׂראל איז נישטאָ קיין מאַנגל אין די אויבנדערמאָנטע „איזמען‟. וווּ זשע שטעקט די נפֿקא-מינא?

עס פֿאַלן מיר אײַן עטלעכע אונטערשיידן צווישן ישׂראל און אַנדערע OECD מיטלגלידער:

  1. חתונה האָבן און ברענגען אַ נײַעם דור ווערט נאָך אַלץ באַטראַכט ווי איינע פֿון די הויפּט־דערגרייכונגען אין דעם לעבן פֿון אַ יחיד.

עס טרעפֿט נישט זעלטן, אַז נודניקעס טוען אַ פֿרעג אַ פֿרעמדן מענטשן, צי ער איז אַ חתונה געהאַטער און וויפֿל קינדער ער האָט. אַזאַ פֿראַגע ווערט פֿאַררעכנט אין אַמעריקע, למשל, ווי אַ גרויסע חוצפּה, אָבער אין ישׂראל ווערט זי טאָלערירט.

  1. די געזעלשאַפֿט שטיצט און קוקט שיין אויף קינדער. אין כּמעט יעדן קאַפֿע און רעסטאָראַן אין תּל-אָבֿיבֿ קען מען קריגן הויכע בענקלעך פֿאַר קינדער, און אין דעם מעניו שטייען אָנגעוויזן ספּעציעלע פּאָרציעס, צוגעגרייט צום צום קינדס געשמאַק.

אויב די קינדער צעוויינען זיך און מאַכן אַ טומל, ווערן די אַנדערע קליענטן נישט איבעריק בייז. זיי עסן ווײַטער און נעמען אויף דעם רעש ווי אַ זאַך, וואָס מע מוז דורכקומען לטובֿת-הכּלל.

  1. פּרוכטבאַרונג-באַהאַנדלונגען זענען מערקווערדיק ביליקער אין ישׂראל, ווי אין אַנדערע לענדער, ווײַל זיי זענען סובסידירן פֿון דער מדינה. דאָס ברענגען קינדער אויף דער וועלט ווערט באַטראַכט ווי אַ גרונט-רעכט פֿון די בירגער און די מדינה איז פֿאַרפֿליכטעט אַרויסצוהעלפֿן די עלטערן וואָס האָבן שוועריקייטן דערמיט.

  2. די וויכטיקסטע סיבה, לויט מײַן מיינונג: אין די אויגן פֿון אַ סך ישׂראלים שפּילט די משפּחה די ראָלע, וואָס די קאַריערע שפּילט אין דער מערבֿדיקער געזעלשאַפֿט. אין דער מאַסן-פּסיכאָלאָגיע באַשטייט אַ דערפֿאָלגרײַכע קאַריערע איבערהויפּט פֿון צוויי עלעמענטן: געלט און כּבֿוד. מע פֿאַרדינט שיין. דאָס הייסט, געלט דינט ווי אַ קוואַל פֿון זיכערקייט און מע אַרבעט זיך אַרויף — מע קען שטאָלצירן מיט דער קאַריערע.

האָבנדיק אין זינען, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין ישׂראל באַשטייט פֿון מענטשן, וואָס זייער פֿאַרמעגן איז נישט איין מאָל אַוועק מיט ווינט: ניצול־געוואָרענע פֿונעם חורבן, פּליטים פֿון די אַראַבישע לענדער און עולים פֿון דער קאָמוניסטישער וועלט, קען מען לײַכט פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס פֿאַרלאָזט מען זיך ווייניקער אויף האָב-און-גוטס און מער אויף קרובֿהשאַפֿט און פֿרײַנדשאַפֿט.

און וואָס שייך כּבֿוד, שפּאַרט ישׂראל זיך אָן אויף דער פֿאַרגאַנגענהייט און זכות-אָבֿות. דאָס איז נאָך אַלעמען די גרונט-סיבה פֿאַרוואָס די ייִדן לעבן בפֿירוש אין ישׂראל. אין אַזאַ פֿאַל אָפּשטאַם און שורשים זענען מער אײַנדרוקפֿול, ווי דערגרייכונגען בײַ דער אַרבעט.

צום סוף, ווילט זיך שליסן דעם אַרטיקל מיט אַ קורצער געשיכטע. מיט אַ יאָר צוויי צוריק האָב איך זיך צופֿעליק געטראָפֿן אין אַן אויטאָבוס־סטאַנציע מיט אַ ווײַטער באַקאַנטער. זי האָט געפֿרעגט מיט וואָס באַשעפֿטיק איך זיך, האָב איך איר געלאָזט וויסן, אַז איך אַרבעט אין אַ קליינעם הײַ-טעק געשעפֿט. דערהערנדיק, אַז איך אַרבעט אין הײַ-טעק, האָט זיך אָנגעצונדן אין אירע אויגן אַ פֿונק פֿון האָפֿענונג.

„און וויפֿל שעהען אַרבעטסטו אַ טאָג?‟, האָט זי געפֿרעגט, „איך האָף, אַז מע אַרבעט נישט אַזוי פֿיל ווי אין אַנדערע פּלעצער‟.

„מע אַרבעט נישט ווי משוגעים. איך אַרבעט נײַן שעה אַ טאָג, אַ מאָל מער. איך מוז צוגעבן, אַז זיי זענען רעלאַטיוו בייגעוודיק. מע קען אַרבעטן פֿון דער היים און אויך אַ העלפֿט נאָרמע‟.

די ווײַטע באַקאַנטע האָט זיך דערפֿרייט: „וווּנדערלעך, ווײַל איך פּלאַניר צו ווערן אַ מאַמע און איך נייטיק זיך אין בייגעוודיקייט בײַ דער אַרבעט‟.

„דו און דײַן מאַן פּלאַנירן צו האָבן אַ קינד?‟

זי האָט זיך פֿאַרטראַכט אַ קאַפּעלע און געענטפֿערט: „איך האָב נאָך נישט חתונה געהאַט. איך האָב אַפֿילו נישט קיין חבֿר?.