מיט עטלעכע טעג צוריק האָב איך געשריבן וועגן דעם פֿאַלנדיקן אינטערעס צו יצחק באַשעוויס-זינגערן. אין אַ געוויסן זין, חזרט זיך איבער די געשיכטע פֿון שלום אַשן, וועלכער איז אויך געווען געוואַלדיק פּאָפּולער, און איצט געדענקען וועגן אים זייער ווייניק מענטשן. אמת, אַנומלטן האָט מיר אַ פֿרײַנד געזאָגט, אַז אַש איז די טעג געווען אין איינעם פֿון די „ניו-יאָרק טײַמס‟ קעסטל-רעטענישן. אפֿשר האָט עס צונויפֿגעשטעלט אַ טאָכטער צי אַ זון פֿון אַן אַמאָליקן “פֿאָרווערטס”-לייענער, אָדער אַ תּושבֿ פֿונעם בראָנקסער קאָאָפּ-סיטי, אַ טייל פֿון וועלכער טראָגן נאָך אַלץ אַשס נאָמען.
דער מצבֿ איז אַנדערש מיט שלום-עליכעמען. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז זײַנע ווערק האַלטן אויס בעסער דעם צײַט־אויספּרוּוו; און טאַקע אין דרײַ יאָר אַרום וועט שוין ווערן אַ יאָרהונדערט זינט זײַן פּטירה. מיט דער צײַט בײַטן זיך טבֿיה און זײַנע טעכטער, זיי בלײַבן ניט פֿאַרגליווערט. די דאָזיקע ליטעראַרישע העלדן זײַנען אַזוי מײַסטעריש און כּמו-פּשוט געמאַכט, אַז זיי באַקומען אַלע מאָל אַן אַנדער טעאַטראַלן, קינעמאַטאָגראַפֿישן און פּשוט מענטשלעכן טײַטש. זיי זײַנען געוואָרן אייביקע (אויף וויפֿל עפּעס קען זײַן באמת “אייביק”) געשטאַלטן. זיי לאָזן זיך, מע זאָל אויף זיי קוקן ניט בלויז ווי אויף ייִדישע תּושבֿים פֿון אַן אוקראַיִניש דערפֿל ניט ווײַט פֿון קיִעוו. זיי געהערן צו דער פֿאַראַלגעמיינערטער וועלט, מיט אַזעלכע פֿאַראַלגעמיינערטע ייִשובֿים ווי יעהופּעץ און בויבעריק, וווּהין — ווי מיר ווייסן פֿון שלום-עליכמען — פֿאַרקויפֿט מען ניט קיין בילעטן. אָבער ער, דער שרײַבער, האָט געוווּסט דעם וועג אַהין און אונדז געגעבן די מעגלעכקייט אַהין אַרײַנצוקוקן.
„סטאַטיסטיש‟, דאָס הייסט, לויט דער צאָל אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען מכּוח אַ ייִדישן שרײַבער, איז שלום-עליכם אויפֿן ערשטן אָרט. אין יאָר 2012 זײַנען אַרויס אַ פּאָר צענדליק אַרבעטן וועגן זײַן שאַפֿונג, און דאָס זײַנען נאָר די ביכער און זשורנאַלן, וועלכע עס האָט באַמערקט מײַן „ראַדאַר‟. ס׳איז קלאָר, אַז שלום-עליכם געהערט צו די שרײַבער פֿון דעם ליטעראַרישן, ווי אויך בכלל קולטורעלן, וועלט-קאַנאָן. באַזונדערס פּאָפּולער איז ער נאָך אַלץ אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע, וווּ מע פֿאָרשט אים אפֿשר ניט אַזוי אינטענסיוו, אָבער — אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי — הערט מען ניט אויף אים צו לייענען, אין די איבערזעצונגען.
שלום-עליכמס בײַטראָג האָט זיך ניט באַגרענעצט מיט ליטעראַרישע ווערק, וואָס בלײַבן נאָך אַלץ אַקטועל. אין שײַכות מיטן 100־יאָריקן יוביליי פֿון מענדל בייליס-פּראָצעס וועט מען הײַיאָר בלי-ספֿק ניט איין מאָל דערמאָנען זײַן ראָמאַן „דער בלוטיקער שפּאַס‟ און דעם טעאַטראַלן נוסח פֿון דעם דאָזיקן ראָמאַן „שווער צו זײַן אַ ייִד‟. אויף וויפֿל איך ווייס, וועט אין קורצן אַרויסגיין אַן אינטערעסאַנט בוך פֿון דעם ישׂראלדיקן היסטאָריקער באָריס קאָטלערמאַן, וואָס וועט באַקענען אונדז מיט ניט-רעאַליזירטע קינאָ-סצענאַרן, באַזירט אויף אָט דעם סיפּור-המעשׂה.
אָבער — נאָך אַ מאָל — ניט בלויז ווי אַ שרײַבער האָט שלום-עליכם איבערגעלאָזט אַ שפּור אין דער געשיכטע; ער איז אויך געווען אַ בויער פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער וועלט, וועלכע האָט כּמעט ניט עקזיסטירט איידער ער האָט גענומען זי אויסמײַסטרעווען. דאָס הייסט, אַז ליטעראַטור איז געווען, און שרײַבער זײַנען געווען בנימצא, אָבער קיין “וועלט”, קיין אָרגאַניזירטע סבֿיבֿה איז, אין תּוך אַרײַן, ניט געווען. קאָנטורן פֿון אַזאַ “וועלט” האָבן זיך באַוויזן מיט 125 יאָר צוריק, אין יאָר 1888. דעמאָלט איז שלום-עלעכם געווען רײַך, ווײַל אין זײַנע הענט איז אַרײַנגעפֿאַלן די ירושה פֿון זײַן שווער און עס האָט געדויערט עפּעס אַ צײַט, דווקא אַ קורצע, ביז אים האָט זיך אײַנגעגעבן זי צעטרענצלען.
אין יאָר 1888 זײַנען דערשינען צוויי זאַכן, ביידע געמאַכט דורך יונגן, דעם 29־יאָריקן, שלום-עליכמען: דער ערשטער באַנד פֿון דעם ליטעראַרישן אַלמאַנאַך „ייִדישע פֿאָלקסביבליאָטער‟, און דער פּאַמפֿלעט „שמרס משפּט‟. די „ייִדישע פֿאָלקסביבליאָטעק‟ האָט געבויט די נײַע ליטעראַרישע סבֿיבֿה, און דער פּאַמפֿלעט האָט רויִנירט די אַלטע סבֿיבֿה, וועלכע איז געווען באַשעפֿטיקט מיט פּראָדוצירן ווערק, וואָס שלום-עליכם און זײַנע מיטדענקער האָבן פֿאַר קיין ליטעראַטור ניט געהאַלטן. ס’איז וויכטיק אויך, אַז שלום-עליכם אַליין האָט, נאָכן פֿאַרלירן דעם שווערס עשירות, געשאַפֿן אַ מאָדעל פֿון אַ פּראָפֿעסיאָנעלן ייִדישן שרײַבער. מענדעלע און פּרץ האָבן דאָך געהאַט אַנדערע פּרנסות. שלום-עליכם האָט געמוזט ציִען די חיונה נאָר פֿון זײַן ליטעראַרישער טעטיקייט.
די געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור פֿירט מען, בדרך-כּלל, פֿון האַרבסט 1862, ווען אין אָדעס איז אַרויס די צײַטשריפֿט „קול-מבֿשׂר‟. און אַזאַ כראָנאָלאָגיע האָט, פֿאַרשטייט זיך, אַן אײַזערנע לאָגיק. אָבער שטעלן זיך אויף די פֿיס האָט די ליטעראַטור זיך גענומען זינט, אָדער אַרום, 1888, און געשען איז עס, אין אַ גרויסער מאָס, אַ דאַנק שלום-עליכמען. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס ער האָט אין קיִעוו-יעהופּעץ געשאַפֿן אַ באָדן פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור, און אויף דעם באָדן זײַנען דערנאָך אין קיִעוו און אַרום קיִעוו אויסגעוואַקסן ניט ווייניק שרײַבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.