דעם סעפּטעמבער וועט זיך עפֿענען אַ ייִדישע טאָגשול אין ניו־ראָשעל, ניו־יאָרק, וואָס רעפּרעזענטירט אַ נײַע ריכטונג אין דער ייִדישער טאָגשול־סיסטעם.
די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע שול, די „וועסטשעסטער תּורה־אַקאַדעמיע‟ (Westchester Torah Academy), וועט זיך פֿירן לויטן דערציִונג־מוסטער פֿון די „טשאַרטער־שולן‟, אין וועלכן 75% פֿונעם לערנען אין קלאַסצימער קומט פֿאָר פּנים־אל־פּנים, און 25% — דורכן קאָמפּיוטער.
די סיסטעם, וואָס הייסט „געמישטע לערנען‟ (blended learning), דערמעגלעכט די לערער צו וויסן, דורכן קאָמפּיוטער, פּינקטלעך וווּ יעדעס קינד האַלט אין קלאַס, און אויף דעם אופֿן קאָן מען לערנען יעדן קינד אויף זײַן אייגענעם ניוואָ. צוליב דעם וואָס אַ סך פֿון דער אַרבעט ווערט געטאָן דורך די קאָמפּיוטערס, קאָן די שול אויך שפּאָרן מער געלט, און דערבײַ רעכענען ווייניקער שׂכר־לימוד.
אינעם ערשטן יאָר וועט WTA עפֿענען אַ פֿאָרשול־קלאַס פֿאַר 4־יאָריקע קינדער; אַ קינדערגאָרטן און אַן ערשטן קלאַס, האָט קעווין שאַקנאָפֿסקי, דער פּרעזידענט פֿון דער שול, איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟. דערווײַל האָבן זיך שוין פֿאַרשריבן 70 תּלמידים.
דער שׂכר־לימוד פֿאַר דער פֿאָרשול וועט זײַן $8,750, און פֿאַרן קינדערגאָרטן און ערשטן קלאַס — $9,750. אין דער פּאָפּולערער טאָגשול, SAR Academy, וואָס געפֿינט זיך בערך 12 מײַל פֿון דאָרט, איז דער שׂכר־לימוד פֿאַר דער פֿאָרשול — $18,800 און פֿאַרן קינדער־גאָרטן און ערשטן קלאַס — $22,180.
WTA איז בלויז איינע פֿון אַ ריי איניציאַטיוון אין דער ייִדישער טאָגשול־סיסטעם, וואָס באַמיט זיך הײַנט צו בײַטן די ביז־איצטיקע מעטאָדן פֿון לערנען, כּדי צו שפּאָרן געלט און דערבײַ רעדוצירן די הוצאָות. „ישיבת העתיד‟, אין בערגענפֿילד, ניו־דזשערזי, וואָס האָט זיך געעפֿנט פֿאַראַיאָרן, באַשטייט פֿון 116 תּלמידים, און זעט אויס צו זײַן זייער פּאָפּולער.
אַ דריטע שול, וואָס האָט זיך געזאָלט עפֿענען אין סעפּטעמבער, די „תּפֿרת־אַקאַדעמיע‟ אין לאָנג־אײַלאַנד, האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך געמאָלדן, אַז זי וועט זיך פֿאַראייניקן מיט דער גרויסער טאָגשול, Hebrew Academy of Long Beach, בעסער באַקאַנט ווי HALB, און דאָרטן וועט די שול אײַנפֿירן דעם נײַעם טעכנאָלאָגיע־באַזירטן קוריקולום פֿאַר אַלע תּלמידים אינעם ערשטן קלאַס.
WTA און „ישיבֿת־העתיד‟ זענען ביידע מקוים געוואָרן, אַ דאַנק דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון דער אָרגאַניזאַציע Affordable Jewish Education [אַ וואָלוועלע ייִדישע דערציִונג], אָדער AJE. דער ציל פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט דזשעף קידערמאַן, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר, דערקלערט, איז, פּראָסט־און־פּשוט, צו לייזן דעם שׂכר־לימוד־קריזיס דורכן שאַפֿן אַ נײַעם מין ייִדישע טאָגשול, וואָס ניצט הויך־טעכנאָלאָגישע מעטאָדן און קאָסט דערבײַ ווייניקער אויפֿצוהאַלטן.
די AJE שטיצט אויך די שוין־עקזיסטירנדיקע ייִדישע טאָגשולן, וואָס האָבן זיך ביז איצט געפֿירט לויטן טראַדיציאָנעלן שטייגער, אָבער באַמיִען זיך איצט אײַנצופֿירן אַ מער טעכנאָלאָגיע־צענטרירטן קוריקולום. צווישן זיי — צוויי אָרטאָדאָקסישע מיטלשולן: „בינה־מיטלשול פֿאַר מיידלעך‟ אין נאָרפֿאָק, ווירדזשיניע, און Yeshiva High Tech אין לאָס־אַנדזשעלעס.
אינטערעסאַנט איז, וואָס ס׳רובֿ פֿונעם אינטערעס אין דעם נײַעם טעכנאָלאָגישן מוסטער קומט דווקא אַרויס פֿון דער פֿרומער באַפֿעלקערונג. די סיבה דערפֿון איז קודם־כּל, דער שׂכר־לימוד. די נישט־פֿרומע עלטערן, וואָס קענען נישט, אָדער ווילן נישט באַצאָלן דעם שׂכר־לימוד פֿון אַ ייִדישער טאָגשול, קאָנען פּשוט איבערפֿירן זייערע קינדער אין אַן עפֿנטלעכער שול. „פֿרומע משפּחות האָבן אָבער נישט אַזאַ ברירה — האָט שאַקנאָפֿסקי באַמערקט — זענען זיי דערפֿאַר מער מאָטיווירט צו געפֿינען געראָטענע לערן־מיטלען, וואָס קענען העלפֿן צו רעדוצירן דעם שׂכר־לימוד.‟
הגם די אַלע שולן ניצן אויס טעכנאָלאָגישע מיטלען אין קלאַס, איז יעדע שול אַנדערש. אין WTA, וועלן די תּלמידים זײַן צעטיילט אויף דרײַ ראָטירנדיקע גרופּעס: דער הויפּט־לערער וועט לערנען אַ לעקציע מיט איין גרופּע; דער געהילף־לערער וועט אַרבעטן מיט אַ צווייטער גרופּע אויף אַן אַנדערן לימוד אָדער אויף אַ פּראָיעקט, און די דריטע גרופּע וועט זיך לערנען בײַם קאָמפּיוטער. נאָך אַ געוויסער צײַט, וועט די ערשטע גרופּע אַריבער צום געהילף־לערער; די צווייטע גרופּע — צום קאָמפּיוטער, און די דריטע — צום הויפּט־לערער. לויט דעם מוסטער, הייסט עס, אַז בערך אַ דריטל פֿונעם טאָג אַרבעט מען בײַם קאָמפּיוטער, און צוויי־דריטל — פּנים־אל־פּנים מיטן לערער אָדער מיט די אַנדערע תּלמידים.
אין „ישיבת־העתיד‟ איז אָבער אַנדערש, האָט דערקלערט דער דירעקטאָר, הרבֿ נתנאל גראַלאַ. „אין אונדזערע קלאַסן, פֿאַרברענגען די קינדער בלויז 20 מינוט אַ טאָג פֿאַרן קאָמפּיוטער,‟ האָט ער געזאָגט. „ס׳רובֿ פֿון דער צײַט לערנען זיי זיך מיטן לערער אָדער אַרבעטן אויף פֿאַרשידענע פּראָיעקטן.‟ ווען די קינדער זעצן זיך יאָ צום קאָמפּיוטער, מיינען זיי, אַז זיי שפּילן סתּם קאָמפּיוטער־שפּילן, אָבער אין דער אמתן, שטעלט דער קאָמפּיוטער פֿאַרשידענע פֿראַגעס, אויף אַ שפּילעוודיקן אופֿן, כּדי צו דערגיין, צי די קינדער האָבן פֿאַרשטאַנען אַלץ, וואָס מע האָט זיך יענעם טאָג געלערנט אין קלאַס. אַזוי קען דער לערער גלײַך זען ווען אַ קינד איז הינטערשטעליק, און דאָס העלפֿט דעם לערער צו באַשליסן וואָס צו לערנען ווײַטער.
דנה שטאַטמאַוער, אַ מאַמע אין ווײַט־פּליינס, וואָס האָט רעגיסטרירט איר ייִנגסט קינד אין WTA, האָט איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟ עטלעכע סיבות, פֿאַר וואָס זי און איר מאַן האָבן באַשלאָסן עס צו טאָן. „ערשטנס, צוליב דעם שׂכר־לימוד, און צווייטנס — ווײַל די שול געפֿינט זיך בלויז אַכט מינוט פֿון מײַן שטוב,‟ האָט זי געזאָגט. זי האָט אָבער אויך געגעבן אַ דריטע סיבה: „כ׳בין טאַקע פֿאַרכאַפּט פֿון דעם, וואָס מע באַטאָנט דעם טעכנאָלאָגישן עלעמענט אינעם לערנען. איך זע, ווי פֿאַרטאָן זענען מײַנע אייגענע קינדער אין דער הײַנטיקער טעכנאָלאָגיע — אַ סך מער ווי אונדזער דור איז געווען. און ס׳איז זיכער כּדאַי דאָס צו קענען, ווײַל ווער ווייסט, וואָס די צוקונפֿט וועט אונדז נאָך ברענגען?‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.