איציק מאַנגער אין גאַלאַץ

Itzik Manger in Galatz

איציק מאנגער
Artur Kolnik
איציק מאנגער

פֿון דניאל שעכטער

Published April 11, 2013, issue of May 10, 2013.
דניאל שעכטער
דניאל שעכטער

מיט דעם מאָלדאַווישן שרײַבער דניאל שעכטער (1904–1991) האָב איך זיך געטראָפֿן עטלעכע מאָל אין קעשענעוו. ער איז געווען יחיאל שרײַבמאַנס אַן אַלטער פֿרײַנד, נאָך פֿון זייער רומענישער יוגנט. איך האָב זיך ערשט אָנגעהויבן דרוקן אינעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, און ער איז שוין געווען אַ באַוווּסטער אין דער סאָוועטישער מאָלדאַוויע מאָלדאַווישער שרײַבער. וואָס ווייס איך וועגן אים?

דניאל שעכטער איז געבוירן געוואָרן אין בעסאַראַביע אין אַ דאָרף גוראַ ראָשיע, אין אַקערמאַנער אוּיעזד, הײַנט אוקראַיִנע, אין 1904. ווען בעסאַראַביע איז געווען אַ טייל פֿון רומעניע, האָט ער אָנטייל גענומען אין דער אונטערערדישער קאָמוניסטישער באַוועגונג. אין 1940, האָט שעכטער זיך צוריקגעקערט אין דער געוואָרענער סאָוועטישער מאָלדאַוויע. שפּעטער געקעמפֿט אין דער „רויטער אַרמיי‟ קעגן די דײַטשישע פֿאַשיסטן, געווען פֿאַרוווּנדעט און נאָך דער דעמאָביליזאַציע האָט ער זיך באַזעצט אין קעשענעוו. דאָ האָט ער אָפּגעאַרבעט אין די מאָלדאַווישע טיפּאָגראַפֿיעס און פֿאַרלאַגן ווי אַ זעצער און ווי אַ טעכנישער רעדאַקטאָר מער ווי 30 יאָר. אין יאָר 1960 גייט אַרויס זײַן ערשט ביכל אויף מאָלדאַוויש. נאָך דעם גיט ער אַרויס אַ צענדליק ביכער און אויך איבערזעצונגען אויף רוסיש. אין 1985 דרוקט שעכטער אָפּ אויף ייִדיש אינעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ זײַן דערציילונג: „די געשיכטע פֿון דזשולי סעמאָ‟.

געשטאָרבן איז שעכטער אין מאָסקווע, אין 1991, און געבראַכט צו קבֿורה אין ניו־דזשאָרזי, וווּ ס’וווינען זײַנע צוויי זין.

ניט לאַנג צוריק איז צו מיר קיין בת־ים, געקומען שעכטערס אַ זון, יעפֿים, מיט זײַן טאַטנס צוויי כּתבֿ־ידן. דאָס זײַנען געווען דעם שרײַבערס זכרונות, וועלכע ער האָט געגרייט פֿאַר „סאָוועטיש היימלאַנד‟, וועגן איציק מאַנגערן און די קינדער־יאָרן אין זײַן דאָרף גוראַ ראָשיע. די דאָזיקע זכרונות וועגן איציק מאַנגערן ווערן ווײַטער געדרוקט צום ערשטן מאָל.

משה לעמסטער


די באַגעגעניש מיט איציק מאַנגער, דעמאָלט שוין באַרימטן אין בעסאַראַביע, בוקאָווינע, פּוילן און אַלט־רומעניע, קומט פֿאָרן אָסיען־צײַט 1927, אין דער גאַלאַצער „קולטור־ליגע‟. ער קומט לייענען לעקציעס און זײַנע ווערק אין אַ רויטן זאַלעכל פֿון דער אָרגאַניזאַציע, וואָס אין קיין גרעסער לאָקאַל האָבן מיר ניט געהאַט קיין מעגלעכקייטן עס אײַנצואָרדענען; און למען־האמת, ניט שטאַרק געשטרעבט. זײַנע לעקציעס: „צעשויבערטע קעפּ‟, „נאַכט, טויט, שגעון‟ — וואָלטן ניט געווען אויפֿגענומען בײַם ברייטן עולם און וואָלטן אויסגעוויזן ווי אַ קוריאָז. אין „ליגע‟ — מילא!

וואָס האָבן מיר געוווּסט וועגן זײַנע לעקציעס? „שוואַרץ, אויף צולהכעיס, נעפּלדיק‟ — דאָס זײַנען געווען אָפּשאַצונגען פֿון יאָסל דובאָוויס, חיים קלייַמאַן, טוער פֿון דער בעסאַראַבער קולטור־ליגיסטישער באַוועגונג. אַז ער, מאַנגער, איז בײַ די דרײַ „ליפּקאַנער גדולים‟ — אליעזר שטיינבאַרג, משה אַלטמאַן און יעקבֿ שטערנבערג — אַ מין פֿאַרשאַרט קינד האָט ניט צוגעגעבן קיין זיכערקייט, אַז מיר וועלן האָבן געהאַט אַן אויפֿטו.

איצט וועגן זײַן אָנקום.

ער קומט אַרומגערינגלט פֿון אַ כאַליאַסטרע זײַנע חסידים. יונגע חבֿרה. דער באַשיידענער מאַנטל, צעכראָסטעט דאָס פּידזשאַקל. פֿון אונטערן פּידזשאַקל — דאָס שוואַרצע העמד. אַן אויסגעדייווערטער, אַליין פֿיזיש צעשויבערט, אַן אימפּעטדיקער, זע איך אים ווען ער וואַרפֿט אַוועק די שליאַפּע מיט ברייטע באָרטן.

מיר באַגריסן אים מיט אַ ברייטן שלום־אליכם, מיט אַ „ראָטפֿראָנט!‟ עפּעס איז אים קשה.

— נו, און ווײַן וועט זײַן? — פֿרעגט ער.

זאָגט אים מעכל קאָווריגאַרו, דער פֿירער פֿון דער אָרטיקער „קולטור־ליגע‟:

— וועסטו בלײַבן ביז נײַ־יאָר, מאַכן מיר אַ קערמעשל.

— פֿאַר וואָס ניט? מיר זײַנען ניט קיין אַסקעטן.

די ערשטע לעקציע „צעשויבערטע קעפּ‟ איז טאַקע פֿאָרגעקומען אין דעם זעלבן אָוונט. מאַנגער האָט זיך געקאָנט וווּנדערן, אַז צווישן די יאַטן און בעל־הבתּיש געקליידטע מיטגלידער, ווי שלמה סעגאַל, הערש לאָנדאַן, זאָלן זיך אַרויסווײַזן גוט באַוואַפֿנטע קעגנער פֿון זײַנע קינסטלעריש־אידעיִשע עקספּראָמטן; ווײַל פֿון קיין שום טעזיסן, ווי סע פֿלעגט צושיקן אליעזר שטיינבאַרג, שלמה ביקל אָדער חיים קראַפֿט, האָט ער ניט געהאַט… „איך פֿאַרלאָז זיך אויף אײַערע אויגן‟ — זאָגט ער מיר.

מאַנגערס „לעקציעס‟ קענען אַפֿילו ניט באַצייכנט ווערן מיטן וואָרט „לעקציע‟. דאָס זײַנען געווען דיכטעריש־פֿילאָסאָפֿישע אימפּראָוויזאַציעס, עקסקורסן אין געביט פֿון קונסט און געדאַנק, מיט אַ שלל מעטאַפֿאָרן, פֿאַרגלײַכונגען און מיט: „ווי מיינסטו, דו, דו, אָ!?‟ ניטשע און דאָסטאָיעווסקי זענען די „צעשויבערטע קעפּ‟. די טראַגיק פֿון שקיעה־געטער. די סטיליסטישע באַזונדערקייט פֿון ביידע.

וואָס זשע איז דער חילוק צווישן די דיכטעריש־פֿילאָסאָפֿישע לעקציעס פֿון איציק מאַנגער און אליעזר שטיינבאַרג! ערגעץ טיף איז אין אים און שטיינבאַרגן געווען אַ חוט־השדרה, און צום סוף פֿון אַלע אָפּנייגונגען ביסטו געשטאַנען פֿאַר אַ וווּנדערלעכן בנין — מאַנגער־אימפּעט, פֿאַנטאַזיע, גלוט.

אין דער „קולטור־ליגע‟ האָט מען ניט אַפּלאָדירט קיינעם ניט. עפּעס האָט אים געעקבערט. מעכל קאָווריגאַרו האָט אָפּגעדאַנקט מאַנגערן און געגעבן דאָס וואָרט די צעטעלעך, דערנאָך די אָפּאָנענטן.

— וואָס קומט אַרויס? — פֿרעגט דער אינזשענער דוד גליקמאַן, — סע קומען אַרויס אינדיווידועלע דראַמעס פֿון ניטשען און פֿון דאָסטאָיעווסקין. האָט ניטשע ניט געפּרעדיקט אַן עקסטרעמען עגאָיִזם, פֿאַרשקלאַפֿונג פֿון מאַסן, צוליב דעם „אויבער מענטש‟, לטובֿת דעם דײַטשישן „דראַנג נאַך אָסטען‟? ס’איז ניט באַוויזן? נו, גיט אַ קוק, בעסער, ווער ס‘באַוואָפֿנט זיך מיט זײַן לערע הײַנט?… ס’איז ניט קיין שקיעה־גאָט — אַ גאָט פֿון כּשרות, און מיט דעם מעטאַפֿאָר „צעשויבערטע קעפּ‟ קומט מען ניט אָפּ. לאָמיר האָפֿן, אַז זײַנע ברוינע חסידים וועלן האָבן אַ מפּלה. ניטשע איז געריכטעט קעגן בעל־הביתּישקייט, באַגרענעצקייט. דער נײַער מענטש איז מחויבֿ צו האָבן ווילן. דאָסטאָיעווסקי נידערט אים אַראָפּ אין תּהום פֿון מענטשלעכער נידערקייט, כּדי אים דערנאָך ארויפֿברענגען אין די הימלען.

כ’קאָן זאָגן זיכער, אַז פֿאַר אונדזערע יודע־ספֿר און פֿאַר מיר איז די ליטעראַטור אַרום ניטשע געווען אַ terra incognita, און אויף וויפֿל מאַנגער איז געווען באַקאַנט מיט גאַנץ ניטשע און מיט גאַנץ דאָסטאָיעווסקי איז אַ גרויסע פֿראַגע.

די שיינע און קלוגע, קלוגע און פֿאַרחלומטע חי־חיבֿה אַרבימאָוויטש, לעם וועלכער ס’איז געזעסן מאַנגער, און מע האָט אים פֿון איר ניט געקאָנט אָפּרײַסן די דרײַ טעג, האָט געזאָגט:

— דו בלאָנדזשעסט, איציק. אין דײַנע דרכים וועלן מיר ניט גיין און דו באַקלער וועסט זען, אַז דײַן דרך פֿירט אין תּהום… איך האָב דיך ליב, דײַן ריינקייט, דײַן אימפּעט, דײַן קונסט, נאָר ניט דעם דרך דײַנעם — דו האָסט אַ צווייטן!

יאַשע קראַסילשטשיק, אַ טוער פֿון דער „קולטור־ליגע‟, האָט פֿאָרגעוואָרפֿן מאַנגערן, אַז ער איז פֿאַרבלענדעט פֿון דער שדישער קונסט הן ניטשעס, הן דאָסטאָיעווסקיס; ער האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף דער פּראָבלעם וואָס הייבן אויף.

— „אַזוי האָט געשפּרעכן זאַראַטוסטראַ‟, „פֿאַר וואָס בין איך אַ גורל‟ — קיין שום גורל ניט! ניטשע האָט אויסגעוויילט דעם וועג זײַנעם — הערשאַפֿט, צוואַנג איבער דעם דורכשניטלעכן מענטשן, צו פֿאַרקנעכטן אים. מע זאָגט אונדז, אַז דו ביסט באַאײַנפֿלוסט פֿון פּאָל וואַלערי (דאָס האָט ער געזאָגט אויפֿן צווייטן אָוונט) — נאָר בײַ פּאָל וואַלערי איז די דיכטונג פֿול מיט ליכט, מיט האָפֿענונג, דאָס גוטע רײַסט זיך דורך צום הימל דורך טיף פֿון פֿעלדזן…

צווישנרופֿן, רעפּליקעס האָבן זיך געשיט, און קאָווריגאַרו האָט געמאַכט אַ סוף:

— דער דיכטער האָט רעכט צו בלאָנדזשען; ער האָט כּוח אַרויסרײַסן זיך פֿון טעמפּע ווינקלען און רחמנות האָבן אויף מעכטיקע געטער, וועלכע האָבן געבלאָנדזשעט איבערן תּהום. אַ דאַנק דיר איציק. הפֿסקה.

נאָך ביידע לעקציעס, בײַ וועלכע מאַנגער האָט אויסגעזען, ווי דער סקאָרפּיאָן בײַ פֿראַנס מאַסעריל, אָנגעשטרענגט, און ווײַזט אויפֿן שׂונא — די גרויסע שטאָט; און ער איז גרייט צו שלאָגן מיטן האַמער. די לעקציעס זײַנע האָט מאַנגער געלייענט, רעציטירט זײַן „אָקטיאַבער באַלאַדע‟, די ליד פֿאַרן נקמה שוואַרצבאַרט נעמער, קעגן מטורף פּעטליורע, אַנדערע לידער.

די דריטע לעקציע איז געווען געווידמעט וועלוול זבאַרזשער. דאָ איז געווען אַן אַנדער מאַנגער, אין זײַן אייגענער סטיכיע; און אויסגעזען האָט ער ווי דער ליכטיקער פֿײַלשיסער פֿון דעם זעלבן פֿראַנס מאַסעריל.

ס’איז געווען וואַרעם. ער האָט אונדז צוריקגעבראַכט צום קוואַל, צו פֿאָלקס־חכמה, צו גבֿורה. מיר, צוערשט, פֿאַר דער לעקציע זענען געווען צוגאַסט אין דער „שוואַרצער קרעטשמע‟, וווּ פֿאַרצײַטנס איז אויפֿגעטראָטן וועלוול זבאַרזשער. דאָ צווישן די האַפֿן־אַרבעטער, טאָגלוינער, עמך האָט זיך מאַנגער צעפּאָלאָשעט מיט זײַנע קלאַסישע לידער און די צעהאַסטעטע:

זע נאָר זע, ס’ברענט אַ שטערן
און מײַן האַרץ גייט אויס פֿון וויי.
באַלד וועט ער פֿאַרלאָשן ווערן
וויי און וויי…

פֿרונזע ווערדע
וואָס געווען און וואָס וועט זײַן
פֿרונזע ווערדע
און די וועלט וועט אונטערגיין…

פֿרונזע ווערדע
וואָס געווען און וואָס וועט זײַן
רויט איז בלוט
זון־רויט איז ווײַן…

געווען איז אַ מיידל געווען,
געווען איז זי חלום, געווען איז זי וואָר
געווען איז א מיידל געווען
געווען איז א מיידל מיט גאָלדענע האָר…

און געטרונקען האָט מאַנגער לחיים מיט די בערדיקע קוילן־גרעבער, וואָס האָבן געהאַט גראָבע, פֿאַרהאַרטעוועטע הענט…

20.07.1987