ווען עס רעדט זיך וועגן געמישטע חתונות, קאָנען די ייִדן זיך אָפּלערנען אַ משל פֿון די מאָרמאָנען? ס׳רובֿ כּלל־טוער וואָלטן געזאָגט, אַז ניין. וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט דען אַ ליבעראַלע, קאָסמאָפּאָליטישע גרופּע, אָפּשטאַמיקע פֿון אימיגראַנטן, מיט דער קאָנסערוואַטיווער קריסטלעכער אַמעריקאַנער־געגרינדעטער סעקטע? דער ענטפֿער: אַ סך מער ווי מע מיינט.
ערשטנס, באַטרעפֿן ביידע גרופּעס אַן ענלעכן פּראָצענט פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג — בערך 6 מיליאָן מענטשן. די ייִדן — צום מערסטן טייל, אין די גרויסע שטעט, און די מאָרמאָנען — אין יוטאַ און אַנדערע מערבֿדיקע שטאַטן. הגם די מאָרמאָנען זענען נאָך נישט אַזוי רײַך אָדער געבילדעט ווי די ייִדן, שטײַגן זיי כּסדר אין דעם געביט, און פֿאַרנעמען איצט אַ צאָל הויך־ראַנגיקע פּאָזיציעס אין דער רעגירונג, געשעפֿטן, און אַקאַדעמישער וועלט.
אָבער מיט איין פּרט שיידן זיי זיך אין גאַנצן אונטער: פֿון אַלע רעליגיעזע גרופּעס אין אַמעריקע, זענען די ייִדן צום מערסטן גענייגט חתונה צו האָבן מיט מענטשן פֿון אַ פֿרעמדער רעליגיע, און די מאָרמאָנען זענען די צום ווייניקסטן גענייגט עס צו טאָן. לויט אַן אַנקעטע פֿון יאָר 2001, האָבן 27% פֿון די ייִדן געהאַט אַ נישט־ייִדישע פֿרוי אָדער נישט־ייִדישן מאַן, בעת בלויז 12% פֿון די מאָרמאָנען האָבן געהאַט אַ זיווג פֿון אַ צווייטער רעליגיע.
מע וואָלט געקאָנט טענהן, אַז די סיבה דערפֿאַר איז, ווײַל די מאָרמאָנען זענען, בדרך־כּלל, מער רעליגיעז־געשטימט ווי די ייִדן. אָבער לויט אַן אַנקעטע פֿון 2,500 מענטשן, וואָס איך האָב דורכגעפֿירט אין יולי 2010, איז נישט געווען קיין שײַכות צווישן דער רעליגיעזקייט פֿון די באַטייליקטע און דער נטיה חתונה צו האָבן מיט מענטשן פֿון אַ פֿרעמדער רעליגיע. יענע מענטשן, וועלכע האָבן באַצייכנט זייערע משפּחות ווי „זייער רעליגיעז‟; מענטשן, וועלכע באַזוכן אַ רעליגיעזע אינסטיטוציע „איין מאָל אַ וואָך‟, און מענטשן, וואָס האָבן שטודירט אין אַ רעליגיעזער אינסטיטוציע זענען געווען פּונקט אַזוי גענייגט (אָדער נישט־גענייגט) חתונה צו האָבן מיט אַ „דרויסנדיקן‟ ווי די מער סעקולערע מאָרמאָנען.
איין זאַך, וואָס איך האָב יאָ באַמערקט איז, אַז וואָס עלטער אַ מענטש איז, אַלץ גרעסער איז די מעגלעכקייט, אַז ער אָדער זי וועט חתונה האָבן מיט אַ מענטש פֿון אַ צווייטער רעליגיע. און די ייִדן האָבן, בדרך־כּלל, חתונה שפּעטער ווי מאָרמאָנען. לויט מײַן שטודיע, איז דער דורכשניטלעכער חתונה־עלטער בײַ די ייִדן — 27 יאָר, און בײַ די מאָרמאָנען — 23 יאָר.
לויט אַ פֿריִערדיקער שטודיע, דורכגעפֿירט אין 2006, האָבן די ייִדן חתונה צו 25.8 יאָר, און די מאָרמאָנען — צו 22.6 יאָר.
די קירך־פֿירער פֿאַרשטייען, אַז דאָס חתונה האָבן און האָדעווען קינדער איז אַ נייטיקער באַשטאַנדטייל פֿון אַ רעליגיעזן לעבן, און דערפֿאַר באַמיִען זיי זיך איבערצוצײַגן די יוגנט חתונה צו האָבן וואָס פֿריִער. די קירך וויל נישט, אַז אירע מיטגלידער זאָלן בעת די 20ער דורכמאַכן אַ דורכגאַנג־פּעריאָד אַזוי ווי ס׳רובֿ אַמעריקאַנער יונגע לײַט — אַ סטאַדיע, ווען אַ סך פֿון זיי שוועבן פֿון איין ליבע צו אַ צווייטער, און פֿון איין רעליגיעזער אינסטיטוציע צו אַ צווייטער. דערפֿאַר עצהט די קירך די יונגע מענער צו דינען צוויי־יאָריקע מיסיע לטובֿת דעם מאָרמאָניזם, און די פֿרויען — אַנדערטהאַלב־יאָר.
בײַ די ייִדן געפֿינט זיך נישט אַזאַ מינהג, אָבער עפּעס ענלעכס איז יאָ דאָ: די 10־טאָגיקע „געבורטרעכט‟־נסיעות קיין ישׂראל. בײַ ביידע פּראָגראַמען, נעמט מען די יונגע לײַט אַרויס פֿון זייער געוויינטלעכער סבֿיבֿה און מע גיט זיי אַ געלעגנהייט צו פֿאַרשטאַרקן זייער איבערגעגעבנקייט צום ייִדישן ציבור.
פֿון דעסטוועגן, וועלן ס׳רובֿ ייִדישע אינסטיטוציעס נישט מוטיקן די יונגע לײַט חתונה צו האָבן בײַ אַ יונגן עלטער. ווייניק ייִדישע תּלמידים אין דער מיטלשול הערן, למשל, אַז דאָס חתונה האָבן דאַרף זײַן אַ פּריאָריטעט אין לעבן.
ס׳רובֿ ייִדישע אינסטיטוציעס פֿאָדערן בכלל נישט קיין פֿאָרמעלע ייִדישע דערציִונג בײַ דער יוגנט נאָך דער בר־ אָדער בת־מיצווה. בדרך־כּלל, וואַרטן די ייִדישע פֿירער, אַז די יונגע ייִדן זאָלן חתונה האָבן און האָבן קינדער, איידער מע פּרוּווט זיי אַרײַנצוציִען אין דער קהילה. דאָס קאָן שוין אָבער זײַן צו שפּעט.
איין זאַך וואָס מע קאָן זיך אָפּלערנען פֿון דער מאָרמאָנישער קירך איז, זייער צוגאַנג צו געמישטע חתונות. ווען אַ מאָרמאָן האָט חתונה מיט אַ מענטש פֿון אַ צווייטער רעליגיע, באַמיט זיך די קירך צו באַקענען דעם נישט־מאָרמאָן מיטן ספּעציעלן צוגאַנג פֿון מאָרמאָניזם, כּדי ער אָדער זי זאָל מיט דער צײַט אַליין וועלן ווערן אַ מיטגליד.
די מאָרמאָנישע פֿירער פֿאַרשטייען, אַז רעליגיעזע געדאַנקען בײַטן זיך נישט איבערנאַכט; פֿאַרקערט, אַ מענטש קאָן אָננעמען אַ צווייטן גלויבן, אַ סך יאָרן נאָך דער חתונה און נאָכן ווערן אַ טייל פֿונעם ציבור. מענטשן קאָנען ווערן אַ סך מער פֿאַראינטערעסירט אין רעליגיעזע פֿראַגעס בעת געוויסע סטאַדיעס אין זייער לעבן. די פֿירער האַלטן, אַז ס׳איז גאָר נישט קיין חסרון צו פּרוּוון אַרײַנצוציִען די נישט־מאָרמאָנען אין דיסקוסיעס וועגן דעם מאָרמאָנישן גלויבן, אַזוי לאַנג ווי מע טוט עס נישט מיט צוואַנג אָדער דראָונגען.
די ייִדישע פֿירער באַקלאָגן זיך אָפֿט וועגן די שוועריקייטן איבערצוצײַגן יונגע ייִדן חתונה צו האָבן מיט אַנדערע ייִדן. זיי האָבן אָבער נישט געלייגט קיין סך אַכט אויף דעם וואָס ס׳קומט פֿאָר נאָך דעם ווי אַ ייִד האָט חתונה מיט אַ נישט־ייִד. געוויסע ייִדן האַלטן, אַז דאָס פּרוּוון פּועלן בײַם נישט־ייִדישן זיווג זיך מגייר צו זײַן וואָלט געווען אַ גוטער געדאַנק, אָבער דער באַגריף איז נאָך אַזוי פֿרעמד פֿאַר די ייִדן, אַז זיי ווייסן נישט ווי דאָס צו טאָן. זייער אָפֿט זאָרגן זיי זיך, אַז אַזאַ דיסקוסיע וועט אָפּפֿרעמדן דעם נישט־ייִדישן זיווג, זאָגט מען גאָרנישט.
אָדער אפֿשר קלערן זיי, אַז ווי לאַנג דער נישט־ייִדישער זיווג בלײַבט סעקולער אָדער אַגנאָסטיש, וועלן זייערע קינדער נישט אַוועקוואַנדערן פֿון זייער ייִדישער אידענטיטעט. דאָס איז פֿאַרשטענדלעך, אָבער אַמעריקע איז אַ לעבעדיקער מאַרק פֿון כּלערליי רעליגיעס, און אויב די ייִדן ווילן קאָנקורירן מיט הצלחה, וועלן זיי דאַרפֿן אַרויסווײַזן מער איניציאַטיוו אין פֿאַרשפּרייטן זייער קוק־ווינקל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.