רוסלאַנד: אַן אַנטיסעמיטישער פֿאַרס

An anti-Semitic farce around the Russian language

דינה רובינאַ
דינה רובינאַ

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published April 16, 2013, issue of May 10, 2013.

די רוסן האָבן זיך תּמיד געפּלאָנטערט מיטן סטאַטוס פֿון זייער שפּראַך: איז עס אַ ריין רוסיש פֿאַרמעגן אָדער דאָס איז אַ שפּראַך פֿון דער זעלבער קאַטעגאָריע ווי, אַ שטייגער, ענגליש צי פֿראַנצויזיש? קיין קלאָרער ענטפֿער אויף אָט דער פֿראַגע איז ניטאָ, און קען ניט זײַן, ווײַל פֿאַרשיידענע מענטשן האָבן פֿאַרשיידענע מיינונגען וועגן דעם דאָזיקן ענין. עפּעס אַ חלק רוסן, דער עיקר, פֿון אַ נאַציאָנאַליסטישן שניט (ווי יעדער נאַציאָנאַליזם, קומט עס בדרך-כּלל, מיט געוויסע פּסיכאָלאָגישע קאָמפּלעקסן), האַלטן, אַז צו זייער מוטערשפּראַך טאָר מען ניט בשום-אופֿן דערלאָזן קיין „פֿרעמדע‟. דאָס הייסט, אַז רעדן קען עס יעדערער, אָבער ליטעראַטור מוזן שאַפֿן נאָר „עכטע‟ רוסן.

קיין נײַע דערשײַנונג איז עס ניט. למשל, די רוסישע שרײַבער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם האָבן געשטאָכן די אויגן די רוסישע נאַציאָנאַליסטן נאָך מיט אַ יאָרהונדערט צוריק. די אָנהענגער פֿון „רוסלאַנד פֿאַר רוסן‟ האָבן געפּרוּווט דערווײַזן, אַז נאָר אַ מענטש מיט אַ רוסישער נשמה איז מסוגל צו שאַפֿן באמת רוסישע ווערק, בעת די ייִדן האָבן געקענט נאָר פֿאַרמיסטיקן דאָס הייליקע לשון. אַ הייסע דיסקוסיע אויף אָט דער טעמע האָט זיך געפֿירט אין דער רוסישער פּרעסע ניט לאַנג פֿאַר דער ערשטער וועלט-מלחמה. אין דעם ענין האָט זיך אַרײַנגעמישט אויך וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי, וואָס האָט זיך אין יענער צײַט געהאָדעוועט פֿון רוסישער ליטעראַטור און זשורנאַליסטיק. ער האָט, אַגבֿ, געטענהט, אַז ייִדן האָבן געהאַט אַ בעסערע דאָליע, ווען זיי האָבן געשריבן אויף העברעיִש אָדער ייִדיש.

דער פֿילאָסאָף העגעל האָט אַ מאָל אַרויסגעזאָגט אַ געדאַנק, אַז די געשיכטע חזרט זיך איבער צוויי מאָל: דאָס ערשטן מאָל ווי אַ טראַגעדיע, און דאָס צווייטע מאָל ווי אַ פֿאַרס. ווי אַ טראַגעדיע האָט זיך דער ענין פֿון ייִדן אין דער רוסישער ליטעראַטור און קולטור איבערגעחזרט סוף 1940ער און אָנהייב 1950ער יאָרן. דעמאָלט האָט מען געפֿירט די טרויעריק באַוווּסטע קאַמפּאַניע קעגן „קאָסמאָפּאָליטן‟, וואָס האָט, בדרך-כּלל, געמיינט — קעגן די ייִדישע פּען-מענטשן. לעצטנס, אָבער, באַקומט עס שוין די פֿאָרעם פֿון אַ פֿאַרס.

די מעשׂה איז פֿאַרבונדן מיט דער שרײַבערין דינה רובינאַ, וואָס וווינט שוין אַ פּאָר צענדליק יאָר אין ישׂראל, אָבער שאַפֿן שאַפֿט זי אויף רוסיש. נאָך מער: זי איז איינע פֿון די פּאָפּולערסטע און דערצו פּראָדוקטיווסטע שרײַבערין צווישן די מחברים אין הײַנטיקן רוסלאַנד, ווי אויך אין דעם רוסישן גלות. קיין חידוש ניט, אַז דווקא זי האָט מען געבעטן אָנצושרײַבן אַ טעקסט פֿאַרן „טאָטאַלן דיקטאַט‟ — אַזאַ אַקציע פֿירט מען דורך זינט יאָר 2004. מענטשן שרײַבן עס פֿרײַוויליק, אין רוסלאַנד גופֿא ווי אויך אין אויסלאַנד, צו קאָנטראָלירן אויף וויפֿל זיי זײַנען גראַמאָטנע. הײַיאָר האָט מען דעם דיקטאַנט געשריבן אין 150 שטעט איבער דער וועלט.

איז, דאַכט זיך, גוט. וועמען קען עס שטערן? אַזוי טראַכט איך און אַזוי, בין איך זיכער, טראַכט איר אויך. אַנדערש, אָבער, אַרבעטן די מוחות בײַ פֿאַרביסענע רוסישע נאַציאָנאַליסטן. וואָס הייסט, עפּעס אַ ישׂראלדיקע פֿרוי וועט לערנען די רוסן צו שרײַבן ריכטיק אויף זייער אייגענער שפּראַך! בפֿרט נאָך, אַז אין די פֿריִערדיקע יאָרן פֿלעגט מען אויך אָפֿט מאָל פֿאַרבעטן ייִדן-שרײַבער צו שרײַבן דעם טעקסט פֿאַרן דיקטאַנט. האָט זיך דער פֿאַרדראָס אַקומולירט און זיך אַרויסגעפּליאָסקעט די טעג אויף די ברעגן פֿון דעם גרעסטן רוסישן טײַך וואָלגע.

אין דער שטאָט אוליאַנאָווסק, וואָס איז די היימשטאָט פֿון וולאַדימיר לענין, האָט מען לעצטנס ניט דערלויבט — אַזוי האָט געפֿאָדערט דער היגער גובערנאַטאָר — צו נוצן דינה רובינאַס טעקסט פֿאַרן דיקטאַט. די אוליאַנאָווסקער חכמים האָבן אַפֿילו ניט פֿאַרשטאַנען, אַז זייער באַשלוס איז געווען ניט בלויז מיאוס, נאָר אויך נאַריש, קאָנטערפּראָדוקטיוו. ערשטנס, האָבן זיי דערמיט נאָר אָנגעשאָטן זאַלץ דער שרײַבערין אויפֿן וויידל. צווייטנס, האָבן זיי איר געמאַכט — אין גאַנצן אומזיסט! — אַ געוואַלדיקע רעקלאַמע, ווײַל די מעדיאַ האָט, פֿאַרשטייט זיך, גלײַך אונטערגעכאַפּט די נײַעס און זי צעטראָגן איבער דער וועלט. שוין אָפּגערעדט, אַז זיי האָבן זיך אַליין אַרויסגעשטעלט אויף לײַטיש געלעכטער.

אין דער זעלבער צײַט האָט זיך געמאַכט אַ סקאַנדאַל אין אַן אַנדער רוסישער שטאָט — וואָראָנעזש. דאָרטן האָבן די היגע שוואַרץ-מאהניקעס זיך צוגעטשעפּעט צום פּראָפֿעסאָר יוסף סטערנין, וואָס אַרבעט אין דעם היגן אוניווערסיטעט. סטערנין איז גוט באַקאַנט ווי אַ מומחה אין רוסישער פֿילאָלאָגיע, אַ מחבר פֿון אַ סך ביכער און אַרטיקלען. אָבער ווידער אַ מאָל — ווי קען אַ ייִד לערנען די רוסן, ווי אַזוי צו רעדן און שרײַבן אויף זייער מאַמע־לשון! אַ שוואַרצע נשמה קען עס ניט פֿאַרטראָגן. אמת, דער רעקטאָר פֿון דעם וואָראָנעזשער אוניווערסיטעט האָט געלאָזט וויסן, אַז ער וועט קיין שום גזירות קעגן סטערנינען ניט דערלאָזן.

אָט אַזאַ פּלאָנטער האָבן, נעבעך, די רוסישע אַנטיסעמיטן אין זייערע קעפּ. עס פֿאַרהיילן זיך ניט זייערע וווּנדן, ווײַל די ייִדן האָבן זיך צוגעכאַפּט צו דער רוסישער ליטעראַטור און, ווי אויף צולהכעיס, דערגרייכן אייניקע פֿון זיי דערפֿאָלג, מיט כּלערליי פּרעמיעס, אַרײַנגערעכנט די נאָבעל-פּריזן. ס‘איז נאָך גוט, וואָס די אַנטיסעמיטן פֿאָרן ניט אויף די יערלעכע צונויפֿקומענישן פֿון פֿאַרשיידענע אַסאָציאַציע פֿון געלערנטע-סלאַוויסטן. דאָרטן קלײַבט זיך צונויף אַן עולם, וואָס קען אין גאַנצן צעברעכן די הערצער פֿון די רוסישע „פּאַטריאָטן‟.



Highlight or double-click any word to see its English translationxDon't show again
loading