וואַרשע (ייִט״אַ). — קזשישטאָף סליווינסקי, אַ קאַטוילישער אַקטיוויסט, וועלכער פֿאַרנעמט זיך שוין לאַנג מיט ייִדיש-פּוילישע באַציִונגען, האָט מיט גרויס התפּעלות באַקוקט דעם אינטעריער פֿונעם נײַעם וואַרשעווער „היסטאָרישן מוזיי פֿון פּוילישע ייִדן‟, וועלכער האָט זיך נאָרוואָס געעפֿנט אין דער הויפּטשטאָט. נאָך כּמעט 20 יאָר פֿון אַרבעט, וועלכע האָט אָפּגעקאָסט מער ווי 100 מיליאָן דאָלאַר, האָט די אינסטיטוציע זיך אָפֿיציעל געעפֿנט, צום 70סטן יאָרגאַנג פֿונעם אויפֿשטאַנד אין דער וואַרשעווער געטאָ.
סליווינסקי האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ אין אַן אינטערוויו, אַז אין די קאָמוניסטישע צײַטן פֿלעגן בלויז אַ קנאַפּע צאָל מענטשן אָפּמערקן יעדעס יאָר די דאַטע פֿונעם געטאָ־אויפֿשטאַנד. אין יענער תּקופֿה האָט ער אָרגאַניזירט אַ גרופּע אַקטיוויסטן, וועלכע פֿלעגן אויסרייניקן דעם אָרטיקן ייִדישן בית-עולם און געהאָלפֿן דורכצופֿירן פֿאַרשיידענע ייִדישע אונטערנעמונגען אין דער שטאָט. די רעגירונג האָט דעמאָלט זיך נעגאַטיוו באַצויגן צום ייִדישן רעליגיעזן און קולטורעלן לעבן.
אינעם יאָר 1995, האָט וולאַדיסלאַוו באַרטאָשעווסקי — אַ געוועזענער אַסיר פֿון אוישוויץ, וועלכער איז דעמאָלט געווען דער פּוילישער אויסערן-מיניסטער — האָט אויסגעקליבן סליווינסקי ווי דעם ערשטן אָפֿיציעלן רעגירונג-שליח פֿאַר די באַציִונגען מיט די ייִדישע קהילות אַרום דער וועלט. זונטיק, דעם 14טן אַפּריל, זענען סליווינסקי, איצט אַ 73־יאָריקער מאַן, און באַרטאָשעווסקי, וועלכער איז שוין 91 יאָר אַלט, געגאַנגען צוזאַמען מיט הונדערטער אָרטיקע ייִדן און אַ צאָל פֿאַרבעטענע חשובֿע געסט צו פּראַווען די חנוכּת-הבית בײַם נײַעם מוזיי.
דער פּוילישער הויפּט-רבֿ, מיכאל שודריך, האָט אַנטפּלעקט די צוגעדעקטע מזוזה בײַם אַרײַנגאַנג פֿונעם בנין. דער רבֿ האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז דער מוזיי געפֿינט זיך אינעם סאַמע האַרץ פֿונעם געוועזענעם וואַרשעווער געטאָ, און האָט אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג, אַז ער וועט אויך דינען ווי דאָס האַרץ פֿון דער הײַנטיקער און קומענדיקער ייִדישער קהילה אינעם לאַנד, „אַ בריק צווישן דער פֿאַרגאַנגענהייט און דער צוקונפֿט‟.
כּדי צו מאַכן דאָס מזוזה-קעסטל בײַם אַרײַנגאַנג, האָבן די שאַפֿער אויסגענוצט אַ ציגל פֿון אַן אַלטן בנין, וואָס איז אַמאָל געשטאַנען פֿאַר דער מלחמה אינעם וואַרשעווער ייִדישן קוואַרטאַל, וועלכן די נאַציס האָבן פֿאַרוואַנדלט אין דער טרויעריק-באַרימטער געטאָ, און וווּ מע האָט איצט אויפֿגעשטעלט דעם מוזיי. דער בנין גופֿא זעט אויס ווי אַ ריזיקער צוגעדריקטער קוב מיט אַ שימערירנדיקן פֿאַסאַד מיט אַ שאַרפֿן שפּאַלט, וואָס סימבאָליזירט, מיטאַמאָל, דעם תּנ״כישן קריעת-ים-סוף און דעם טיפֿן בראָך פֿון אייראָפּעיִשער ייִדישקייט נאָכן חורבן.
באַרטאָשעווסקי האָט דערציילט, אַז ער איז געווען איינער פֿון דער קליינער צאָל מענטשן, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אינעם יאָר 1948 אין דער עפֿענונג-צערעמאָניע פֿונעם געטאָ-מאָנומענט. דעמאָלט וואָלט ער אַפֿילו נישט געחלומט פֿון אַזאַ גרויסן מוזיי. דער בנין איז געשאַפֿן געוואָרן דורכן פֿינישן אַרכיטעקט רײַנער מאַלאַמאַקי. ס׳רובֿ זאַלן אינעווייניק זענען אָבער דערווײַל נאָך ליידיק. פֿרײַטיק, דעם 19טן אַפּריל, פּלאַנירט מען דאָרטן דורכפֿירן די ערשטע קולטור- און בילדונג-פּראָגראַמען; די וויכטיקסטע אויסשטעלונגען, וועלכע דערציילן וועגן דער 1,000־יאָריקער געשיכטע פֿון ייִדן אין פּוילן, וועלן זײַן גרייט ערשט אין אַ יאָר אַרום.
באַרבאַראַ קירשענבלאַט-גימבלעט, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿונעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, וועלכע קורירט דעם דיזײַן פֿון די הויפּט-אויסשטעלונגען, האָט באַמערקט אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, אַז דער נײַער מוזיי איז גופֿא אַ טייל פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין פּוילן. „ס׳איז אַ סימן פֿונעם באַנײַטן קהילה-לעבן אינעם לאַנד און פֿונעם וויכטיקן אָרט, וואָס ייִדן פֿאַרנעמען אינעם פּוילישן קאָלעקטיוון זכּרון‟.
פֿאַר דער מלחמה, האָט די ייִדישער קהילה אין פּוילן באַטראָפֿן 3.3 מיליאָן נפֿשות — בערך 10 פּראָצענט פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג פֿונעם גאַנצן לאַנד. מער ווי 3 מיליאָן פֿון די פּוילישע ייִדן זענען אומגעקומען בעת דעם חורבן. טויזנטער לעבן-געבליבענע ייִדן זענען אַנטלאָפֿן צוליב דער כוואַליע פֿון פּאָגראָמען, וועלכע זענען אויסגעבראָכן אין פּוילן נאָך דער מלחמה. אין די 1960ער יאָרן האָט די קאָמוניסטישע רעגירונג אָנגעהויבן אַן אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע, וועלכע האָט גורם געווען די אימיגראַציע פֿון נאָך אַ סך ייִדן. פֿונדעסטוועגן, האָט זיך אין די לעצטע 20 יאָר צעבליט אַ באַנײַטע ייִדישע קהילה אין פּוילן. אין דער אויפֿלעבונג-באַוועגונג באַטייליקן זיך סײַ די אָרטיקע און אויסלענדישע ייִדן, סײַ אַ סך פּאָליאַקן.
קירשענבלאַט־גימבלעט האָט דערציילט, אַז דער געדאַנק צו עפֿענען אַזאַ מוזיי איז אויפֿגעקומען נאָך אינעם יאָר 1996. עס האָט אָבער גענומען אַ סך צײַט צו פֿאַרווירקלעכן די אידעע. די איינציקע שטענדיקע עקספּאָזיציע איז דערווײַל די פּרעכטיקע רעקאָנסטרוקציע פֿון די סטעליע-געמעלן, מיט וועלכע ס׳איז אַמאָל געווען באַצירט די אַלטע הילצערנע שיל אינעם שטעטל גוואָזדזשעץ. אינעם 18טן יאָרהונדערט איז עס געווען אַ טייל פֿון פּוילן און איצט — מערבֿ-אוקראַיִנע. דאָס דאָזיקע וווּנדערלעכע מײַסטערווערק פֿון פֿאָלקס-קונסט באַשטייט פֿון כּלערליי מיסטעריעזע סימבאָלן: לייבן, גריפֿאָנען, די צוועלף מזלות, פֿאַרשיידענע פֿייגעלעך און בלומען, איינהאָרנס און אַנדערע פֿאַנטאַסטישע באַשעפֿענישן.
דער מוזיי האָט באַקומען אַ שטיצע פֿון דער פּוילישער רעגירונג, פֿון דער וואַרשעווער שטאָטישער אַדמיניסטראַציע, און פֿון אַ צאָל פּריוואַטע קוואַלן, ייִדישע און נישט-ייִדישע. צו ביסלעך, האָט מען פֿאַרזאַמלט די נייטיקע סומע געלט. במשך פֿון די לעצטע צען יאָר, האָבן באַזונדערס שטאַרק געהאָלפֿן אַזעלכע פּויליש-שטאַמיקע ייִדישע פֿילאַנטראָפּן, ווי זיגמונד ראָלאַט און טעד טאַובע. די „טאַובעס פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציע‟ און „קאָרעטס פֿונדאַציע‟ האָט געגעבן, בשותּפֿות, 16 מיליאָן דאָלאַר.
אין אַן אינטערוויו פֿאַר דער ייִט״אַ, האָט טאַובע דערקלערט, אַז זײַן פֿונדאַציע שטעלט דעם זעלבן ציל, ווי דער נײַער מוזיי: נישט בלויז צו דערציילן וועגן דעם נאַצי-חורבן, ווי עס טוען אַ סך אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, נאָר צו ווײַזן דער וועלט, אַז די פּוילישע ייִדן האָבן געשאַפֿן אַ גאַנצע ציוויליזאַציע, וועלכע האָט געבליט במשך פֿון אַ סך הונדערטער יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.