כּשר עסן קאָנפֿיסקירט

Kosher Food Seized


פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published April 18, 2013, issue of May 10, 2013.

אויב איר האָט פּראָדוקטן פֿון דער כּשרער פֿירמע KoJel אין אײַער שפּײַז־קאַבינעט, זאָלט איר אפֿשר איבערקלערן, צי איר ווילט זיי האַלטן.

לויט אַ באַריכט אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָבן אַגענטן פֿון דער „עף־די־איי‟ [פֿעדעראַלע שפּײַז־און־מעדיקאַמענטן אַדמיניסטראַציע], דעם 12טן אַפּריל, געמאַכט אַן אָבלאַווע פֿון VIP Foods — דער סקלאַד אין קווינס, ניו־יאָרק, וווּ מע גרייט צו די פּראָדוקטן פֿאַר KoJel — און קאָנפֿיסקירט טויזנטער פֿונט פֿונעם עסן, מיט אַ ווערט פֿון 1 מיליאָן דאָלאַר, צוליב אַ פֿאַרפֿלייצונג פֿון מײַז איבער דער גאַנצער אײַנריכטונג.

די „עף־די־איי‟ האָט דורכגעפֿירט די אָבלאַווע, לויט אַ באַפֿעל פֿונעם פּראָקוראָר פֿונעם מיזרחדיקן דיסטריקט פֿון ניו־יאָרק.

VIP Foods פּראָדוצירט פֿאַרשידענע מינים פּראָשיק־געמישן, אויף צו מאַכן פּודינג, טאָרטן און זופּ, וואָס זי פֿאַרקויפֿט צו סופּערמערק אונטער דער מאַרקע KoJel. די פֿירמע פֿאַרקויפֿט די פּראָדוקטן אויך צו רעסטאָראַנען, שפּײַז־ליוועראַנטן און אינסטיטוציאָנעלע אײַנריכטונגען.

VIP, אַ פּריוואַטע פֿירמע, וואָס באַלאַנגט צו, און ווערט אָפּערירט דורך דער משפּחה פֿרוינד, איז געגרינדעט געוואָרן אין 1983, און האָט זיך שפּעטער פֿאַראייניקט מיט דער באַקאַנטער פּודינג־ און דזשעלאָ־פֿירמע KoJel.

לויט דעם אָנקלאָג קעגן דער פֿירמע, וואָס דאָס פֿעדעראַלע געריכט האָט אַרײַנגעגעבן דעם 19טן מאַרץ, האָט די „עף־די־איי‟ געמאַכט עטלעכע אינספּעקציעס פֿון VIP Foods צווישן אָקטאָבער 2012 און פֿעברואַר 2013. בעת דעם וויזיט אין אָקטאָבער, האָבן די אינספּעקטאָרן באַמערקט, „צום ווייניקסטן, 4 לעבעדיקע און טויטע מײַז; שפּײַז־קאַרטאָנען מיט די ציין־סימנים פֿון מײַז; אורין־פֿלעקן לעבן די פּראָדוקטן, און מער ווי 1,200 מײַזענע ביבקעס (אָפּפֿאַל)‟.

די „עף־די־איי‟ האָט געוואָרנט VIP אין נאָוועמבער וועגן די אומסאַניטאַרע באַדינונגען. מיט צוויי חדשים שפּעטער האָט VIP איבערגעגעבן דער „עף־די־איי‟, אַז זי האָט שוין אויפֿגעראַמט דעם לאַגער און פֿאַרריכט אַלע פּראָבלעמען. אָבער ווען די אינספּעקטאָרן זענען צוריקגעקומען אין פֿעברואַר, האָבן זיי געפֿונען נאָך מער באַווײַזן פֿון דער מײַז־פֿאַרפֿלייצונג, אַרײַנגערעכנט „נעסטן פֿון מײַז אין די פֿאַרפּאַקטע פּראָדוקטן‟.

„דער VIP-לאַגער איז געווען ממש אַ פּיקניק־אָרט פֿאַר מײַז, און די קאָמפּאַניע איז פֿולשטענדיק דורכגעפֿאַלן אין איר אַחריות צו באַזאָרגן די קונים מיט פּראָדוקטן, וואָס מענטשן מעגן עסן,‟ האָט דערקלערט לאָרעטאַ לינטש, די פּראָקוראָרין פֿונעם מיזרחדיקן־דיסטריקט פֿון ניו־יאָרק.

דער „פֿאָרווערטס‟ האָט געפּרוּווט טעלעפֿאָנירן VIP Foods, אָבער האָט באַקומען אַ מעלדונג, אַז די אָנזאָג־סיסטעם איז פֿול, און קאָן מער נישט אָננעמען קיין מעלדונגען.

נאָכן אָנקלינגען עטלעכע אָרטיקע שפּײַזקראָמען, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ זיך דערוווּסט, אַז געוויסע פֿון זיי פֿאַרקויפֿן ווײַטער די KoJel־פּראָדוקטן. אַ טייל האָבן נישט געוווּסט וועגן דער אָבלאַווע פֿון דער אײַנריכטונג, אָבער איין הענדלער, וואָס האָט יאָ געהערט די ידיעה, האָט ביז איצט גאָרנישט געטאָן וועגן דעם.

„דערווײַל האָט מען נישט געמאָלדן, אַז מע ציט צוריק די פּראָדוקטן, האָב איך זיי געלאָזט אויף די פּאָליצעס,‟ האָט דער הענדלער, וועלכער האָט געוואָלט בלײַבן אַנאָנים, געזאָגט. „ווי עס איז, האָט מען מיך פֿאַרזיכערט, אַז דאָס אָרט פֿון וואַנען איך באַקום די KoJel־פּראָדוקטן איז נישט געווען באַווירקט פֿון דער פּראָבלעם.‟

„איך האָף, אַז דער מענטש, וועלכער האָט עס מיר געזאָגט איז פֿאַרלאָזלעך,‟ האָט דער הענדלער צוגעגעבן.

די „עף־די־איי‟ האָט טאַקע נישט געמאָלדן, אַז די קראָמען און קונים זאָלן צוריקשיקן די KoJel־פּראָדוקטן. געוויינטלעך, טוט מען דאָס בלויז נאָך דעם ווי מע דערוויסט זיך, אַז עמעצער איז קראַנק געוואָרן נאָכן עסן אַ פֿאַרדעכטיקטן פּראָדוקט. קיינער האָט אָבער נישט געמאָלדן, אַז מע איז קראַנק געוואָרן נאָכן עסן אַ KoJel-פּראָדוקט.

געוויינטלעך, ווען די „עף־די־איי‟ קאָנפֿיסקירט דעם אינווענטאַר פֿון אַ פֿירמע, איז עס פֿאַרבונדן מיט מעדיצינישע ענינים; ווי, למשל, ווען אַ פֿירמע פֿאַרקויפֿט מעדיצינישע אַפּאַראַטן אָן דער דערלויבעניש פֿון דער „עף־די־איי‟. פֿון דעסטוועגן, איז דער פֿאַל מיט VIP נישט דער איינציקער, וווּ מע האָט קאָנפֿיסקירט שפּײַז צוליב אומסאַניטאַרע באַדינגונגען: אין מײַ 2011, האָבן די פֿעדעראַלע אַגענטן קאָנפֿיסקירט די קעז־פּראָדוקטן פֿון דער פֿירמע Brunkow Cheese, אין וויסקאָנסין, נאָכן געפֿינען באַווײַזן פֿון מײַז־פֿאַרפֿלייצונגען אין זייער אײַנריכטונג.

אויף דער אינטערנעץ האָט עמעצער, וועלכער האָט, אַ פּנים, געהערט וועגן דער מײַז־פֿאַרפֿלייצונג אין VIP, און ווייסט ווי אַזוי צו מאַניפּולירן אינפֿאָרמאַציע אויף דער אינטערנעץ, אָפּגעטאָן דער פֿירמע אַ שפּיצל. אַז מע זוכט אויס דעם נאָמען VIP Foods דורך „גוגל‟ און מע לייענט איבער די באַשרײַבונג פֿון דער פֿירמע, דערזעט מען, אַז אויפֿן אָרט פֿונעם וואָרט mixes, שטייט איצט mices…