האַאַג, האָלאַנד. — אַ נײַע שטודיע האָט אויפֿגעוויזן, אַז צענדליקער האַלענדער האָבן געהאָלפֿן די נאַציס פֿאַר געלט אומצוברענגען די ייִדן. פּינחס בר-אפֿרת, אַ 82־יאָריקער היסטאָריקער, האָט געזאַמלט די אינפֿאָרמאַציע וועגן 80 מענטשן, וואָס האָבן ספּעציעל געזוכט ייִדן אין האָלאַנד, כּדי צו העלפֿן דער נאַצי-רעגירונג זיי צו כאַפּן, אינעם פּעריִאָד פֿון 1940 ביז 1945.
מיט דער גרופּע האָבן אָנגעפֿירט צוויי נאַציס, ווים הענייקע און ווילעם ברידע, וועלכע האָבן באַצאָלט פֿאַר יעדן געכאַפּטן ייִד אַ סומע פֿון פֿינף גילדן. בערך אַזויפֿיל געלט האָט אַ נישט-פּראָפֿעסיאָנעלער אַרבעטער דעמאָלט באַקומען אין האָלאַנד פֿאַר אַ וואָך אַרבעט.
בר-אפֿרת, אַ האָלענדיש-געבוירענער ייִד, האָט בײַ דער עלטער באַשלאָסן צו באַקומען אַ דאָקטאָראַט. מיט צוויי יאָר צוריק, האָט ער פֿאַרטיידיקט זײַן דיסערטאַציע בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. אין זײַן פֿאָרשונג, האָט ער אויסגעפֿונען, אַז שפּעטער האָט די נאַצי-רעגירונג געהעכערט דעם פּרײַז פֿאַר די ייִדן־כאַפּער ביז 7.5 גילדן, און נעענטער צום סוף פֿון דער מלחמה — ביז 40 גילדן. מיט אַ פּאָר חדשים צוריק האָט די פּאָפּולערע ישׂראלדיקע צײַטונג „מעריבֿ‟ פּובליקירט אַ טייל פֿון בר-אפֿרתעס שטודיע-רעזולטאַטן, וועלכע ער האָט געזאַמלט במשך פֿון עטלעכע חדשים פֿאָרשונגען בײַם נאַציאָנאַלן אַרכיוו אין האַאַג.
בר-אפֿרת האָט אויך אַנטדעקט, אַז די זעלבע גרופּע, באַקאַנט, ווי די „הענייקע-קאָלאָנע‟, האָט אויך געהאָלפֿן צו דעפּאָרטירט די האָלענדער, וועלכע האָבן אויסבאַהאַלטן ייִדן פֿון די נאַציס. בסך־הכּל, טראָגן זיי דאָס אַחריות פֿאַר דער דעפּאָרטאַציע פֿון טויזנטער ייִדן; אַ סך פֿון די פֿאַרשיקטע זענען אומגעקומען אין די קאָנצענטראַציע-לאַגערן. בעצם, איז עס אַ באַקאַנטע געשיכטע. אַ צאָל פֿאָרשער, בתוכם דער האָלענדישער זשורנאַליסט אַד וואַן לימפּט, האָבן שוין געשריבן וועגן דער „הענייקע-קאָלאָנע‟. בר-אפֿרת האָט אָבער צוגעגעבן אַ סך וויכטיקע נײַע פּרטים וועגן דער דאָזיקער גרופּע נאַצי-קאָלאַבאָראַטאָרן.
אינעם יאָר 1944 האָבן די האָלענדישע פּאַרטיזאַנער דערהרגעט ווים הענייקע. ברידע איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טויט אין 1945, באַלד נאָך דער מלחמה. ער איז אָבער אַנטלאָפֿן פֿון האָלאַנד און האָט זיך באַזעצט אין דײַטשלאַנד, וווּ ער האָט רויִק אויסגעלעבט זײַנע יאָרן און געשטאָרבן אינעם יאָר 1962.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.